מכתב יומי

יג שבט תשע"ח

January 29 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען פאריגע וואך אין ארץ ישראל. איך בין געגאנגען געבן א שיעור אין בית שמש אין שטוב פון האברך היקר גדלי' דוד נרו יאיר וואס ער האט געעפענט א בית המדרש ביי זיך אין שטוב; מען קומט זיך צוזאמען ביי אים יעדע ליל שישי, ער געבט א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, אויך מאכט ער ביי זיך אין שטוב שלש סעודות.


ביי מיר איז זייער א גרויסע שמחה אז די תלמידים מאכן נאך תלמידים, דאס האט דאך דער רבי געוואלט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעג): שֶׁצְּרִיכִין לְהַשְׁאִיר תַּלְמִידִים, שֶׁאֵלּוּ הַתַּלְמִידִים יַעֲשׂוּ תַּלְמִידִים אֲחֵרִים, וְכֵן הַתַּלְמִידֵי תַלְמִידִים יָאִירוּ לְהַלָּן יוֹתֵר וְיוֹתֵר, וְכֵן לְדוֹרֵי דוֹרוֹת", מען זאל איבער לאזן תלמידים וואס זיי וועלן מאכן אנדערע תלמידים. און די תלמידי תלמידים וועלן ווייטער מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן לדורי דורות.


נאכדעם בין איך געפארן צום הר המנחות; עס איז דעמאלט אויסגעפאלן די יארצייט פון מיין ווייב'ס זיידע הרב החסיד ר' יצחק דוד פריעדמאן זכרונו לברכה. נאך מיין חתונה פלעג איך לערנען מיט אים יעדע נאכט בחברותא מסכת שבת. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, בפרט אין מידות איז ער געווען א גרויסער חידוש. ווען איך פלעג זיך געזעגענען פון אים פאר ראש השנה פלעגט ער מיר זייער בעטן איך זאל אים מזכיר זיין ביים רבי'ן אין אומאן.


נאכדעם בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו וואס ליגט אויך אין הר המנוחות; איך האב זייער א שטארקע געפיל ביי זיין ציון, ווייל פאר איך האב זיך דערוואוסט פונעם הייליגן רבי'ן פלעג איך אסאך לערנען זיין ספר "עבודת הקודש". דאס איז געווען איינע פון די ספרים אין וואס איך האב זיך אנגעהאנגען וכו', פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים.


שפעט ביינאכט בין איך געפארן קיין יבניאל; מיר זענען אנגעקומען פארטאגס, קודם זענען מיר געגאנגען אין מקוה און נאכדעם צום ציון פון מוהרא"ש. איך האב אסאך געבעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דער ציון פון מוהרא"ש איז א מקום וואו מען ווערט נתעורר לתשובה, עס איז ממש אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה: "אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן".


היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור פאר די אינגעלייט; דער שיעור וועט זיין דאנערשטאג נאכט ווען מיר וועלן אם ירצה ה' מאכן א סעודה לכבוד די יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה, צו איבער גיין און זיך מחזק זיין מיט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אין אונזער דור. מוהרא"ש האט אונז מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן און ער האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער, פארשפרייטן אז עס איז דא א רבי וואס האט גוטע עצות.


די ווייבער שול וועט אויך זיין אפן.