מכתב יומי

יג שבט תשפ"א

January 26 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעם שוין א חומש און זיי מעביר סדרה די פרשה, די וואך האבן מיר פרשת המן.


דעם היינטיגן טאג ג' בשלח איז מסוגל פאר פרנסה; עס איז מקובל פון הרב הקדוש רבי מנחם מענדל מרימנוב זכותו יגן עלינו אז עס איז א גרויסע סגולה צו זאגן היינט פרשת המן - שנים מקרא ואחד תרגום, פאר פרנסה; ווייל מען חזר'ט די אמונה אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן.


פארגעס נישט פון די סגולה פון תיקון הכללי, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "תיקון הכללי" איז מסוגל אויף פרנסה; ווי שווער איז שוין צו זאגן די צען קאפיטלעך? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "צען קאפיטלעך תהלים איז א גרינגע זאך, אבער אז איך האב דאס מתקן געווען וועט דאס שוין זיין שווער צו זאגן".


ווי שווער איז שוין צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים? אינערפרי לויפט יעדער איינער זוכן פרנסה, נישטא וואו צו לויפן, לויף טון די סגולה, א סגולה פון הייליגן רבי'ן - "תיקון הכללי"; דאס ברענגט ישועות, רפואות און פרנסה, עס מעקט אפ די עבירות וואס מען האט פוגם געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.