מכתב יומי

יג שבט תשפ"ה

February 11 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס פארברענגסטו ביינאכט אינדרויסן פון שטוב? האסט חתונה געהאט, האסט א ווייב - דארפסטו אהיים גיין, נישטא אזא זאך ווי זיין ביינאכט אינדרויסן, דאס איז פון די א-ב אין היכל הקודש; אפילו ליל שישי אז דו קומסט צום שיעור - זאלסטו אהיים גיין וואס פריער, און אויך אז דו גייסט דאווענען מעריב און דו גייסט לערנען ביי א שיעור - זאלסטו נישט בלייבן אינדרויסן פון שטוב; האסט א ווייב, גיי אהיים און שמועס מיט איר, פארברענג מיט איר, און אז דו ווילסט לערנען - זאלסטו לערנען אין שטוב.


פארברען נישט דיינע נעכט מיט חברים וואס דארפן דיך נישט, זיי דארפן דיך נאר פאר זייער נוצן, ווען וועסטו שוין אויסוואקסן די קינדערישקייט, ווען וועסטו זיך כאפן אז עס לוינט צו אינוועסטירן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער? ביסט שוין דערוואקסן, שוין צייט אויסצוטון די קינדער שיך, קליינקעפיגע אינגעלייט, די זענען פארנומען מיט חברים, א מענטש מיט אביסל שכל אינוועסטירט אין שטוב.


גיי אהיים, געב א שמייכל אין שטוב, געב א גוט ווארט אין שטוב, מיינסט מען דארף פארן ביז א תפיסה מחי' צו זיין א איד? אויך אין שטוב קען מען באזוכן, מען קען זיין אין שטוב און מען איז אין תפיסה, די ווייב איז איינגעשפארט, זי האט נישט וואו צו גיין, זי האט נישט מיט וועם צו רעדן, זי איז פארקלעמט; גיי אהיים, זיי איר מחזק, געב איר א גוט ווארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.