מכתב יומי
יג תמוז תשע"ח
June 26 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז נישט גוט אז מען זאל אריין מישן עלטערן אינעם פריוואטן לעבן; בפרט א יונגע פאר–פאלק דארפן זיין זייער פארזיכטיג נישט צו דערציילן פריוואטע זאכן פאר די עלטערן, ווייל רוב גט'ן וואס קומען פאר איז אין רעזולטאט פון עלטערן וואס מישן זיך אריין אין די לעבן פון די קינדער, זיי ווילן זיך אנעמען פאר זייערע קינדער - ביז עס ווערט א גט.
דערפאר איז נישט כדי אריין צו מישן עלטערן אינעם פריוואטן לעבן; פאר עלטערן דארף מען נאר דערציילן פאזעטיווע זאכן פונעם לעבן און זיי יעדן טאג דאנקען פאר אלעס וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען זייער לעבן פאר די קינדער. אויב א פאר-פאלק זעט אז זיי קענען זיך נישט מסדר זיין וכו' זאלן זיי גיין צו אן ערליכער רב וואס זאל מאכן שלום צווישן זיי.
מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין מיר זאלן אכטונג געבן פון שלום בית מאכערס וואס זיי זענען גראבע ליצים; איינע פון די סימנים צו וויסן אויב דער שלום בית מאכער איז סתם א גראבער יונג א לץ - אויב ער בעט געלט צו מאכן שלום בית, ווייל איינער וואס בעט געלט פאר שלום בית - פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן ווי פון פייער, ווייל ער זוכט נישט צו מאכן שלום, ער וויל דאך האבן פרנסה, וועט ער דיר ארום שלעפן א לאנגע צייט ביז עס וועט אים אונטער קומען א צווייטע קעלבל פון וועם צו מעלקן געלט, דאן וועט ער דיר אוועק ווארפן ווי מען ווארפט אוועק א אויסגעקוועטשטע לעמאן; דאס איז א פשוט'ע סברה, מען דארף נישט זיין צו קלוג דאס צו פארשטיין.
א סימן פון אן ערליכער רב איז אז ער נעמט נישט קיין געלט, נאר ער איז גרייט צו זיצן מיט דיר ווי לאנג עס וועט זיך אויספעלן אבי דו זאלסט האבן שלום בית. דאס פלעגט מען זען ביי מוהרא"ש, ער האט קיינמאל נישט גענומען קיין געלט ווען ער האט גערעדט מיט א פאר-פאלק, אזוי ווי אהרן הכהן וואס פלעגט ארום גיין מאכן שלום צווישן מאן און ווייב אן נעמען געלט פון יענעם. מוהרא"ש האט געקענט זיצן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט מיט פרעמדע מענטשן אבי זיי זאלן אהיים גיין בשלום ובשלוה.
דאס איז א צדיק, ער קוקט נישט אויף קיין געלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי עבודה זרה, יח.): פארוואס רופט מען אן דעם צדיק נחום בר סימאי: "נָחוּם אִישׁ קוֹדֶשׁ הַקֳּדָשִׁים? שֶׁלֹא הִבִּיט בְּצוּרַת מַטְבֵּעַ מִיָּמָיו" ווייל ער האט קיינמאל נישט געקוקט אויף געלט; אין בבלי (עבודה זרה נ.) זאגט די גמרא: פארוואס רופט מען אים "בנן של קדושים?" ווייל ער האט נישט געקוקט אויף קיין געלט; דאס איז א סימן פון א הייליגע מענטש, אז ער קוקט נישט אויף קיין געלט. ביי אים איז נישט קיין חילוק צי יא געלט אדער נישט געלט - אים גייט אין לעבן א טובה צו טון פאר א צווייטן איד; צו אזא איינעם קען מען גיין נעמען אן עצה, אבער אז אלעס איז וועדליג דאס געלט - פון דארט דארף מען אנטלויפן!
געב זיך איבער צום אייבערשטן וועסטו האבן הצלחה; ווי מער מען רעדט זיך איין אז מען קען שוין אליינס מצליח זיין – אלס א גרעסערער רחמנות איז מען. וואויל איז דעם מענטש וואס איז זיך מבטל פארן אייבערשטן.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט שיין אויפנעמען האברך היקר ... נרו יאיר און האברך היקר ... נרו יאיר; זיי העלפן מיר צאלן די רענט פארן בנין הישיבה און די רענט פאר די מיידל סקול בית פיגא; זיי האבן אראפגענומען פון מיר דעם עול. זיי מוטשענען זיך זייער צו קענען דעקן די רענט יעדן חודש, וואויל איז פאר דעם וואס נעמט א חלק אין די גרויסע מצוה. מיטן העלפן צאלן די רענט האסטו א חלק אין די תורה תפילה פון די בחורים, אינגלעך און מיידלעך, אזוי אויך אין הדפסת והפצת ספרי רבינו, דורכדעם נעמסטו א חלק אין די אלע הרהורי תשובה וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.
אפילו עס איז דיר אויך ענג דיין מצב און דו האסט ממש נישט וואס צו געבן פאר צדקה, זאלסטו שיין אויפנעמען די אינגעלייט וואס העלפן מיר דעקן די הוצאות המוסדות; עס טוט זייער וויי ווען מען באקומט א שטעך פון א צווייטן בשעת מען גייט נאך געלט און מען האט נישט גארנישט קיין פריוואטע אינטערעסן. און פארקערט אויך, עס איז זייער א גרויסע מצוה אז מען איז מחזק איינעם וואס גייט צוזאמנעמען געלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות קיא:): "טוֹב הַמַּלְבִּין שִׁנַּיִם לַחֲבֵרוֹ יוֹתֵר מִמַּשְׁקֵהוּ חָלָב", עס איז גרעסער דער וואס ווייזט א שמייכל פאר א חבר ווי דער וואס געבט פאר זיין חבר א קאלט גלעזל מילך; ווייל די גרעסטע מצוה איז מחי' זיין א צווייטן איד, דאס איז מער פון געלט און מער פון אלעס.
דעריבער בעט איך דיר טייערער ..., זוך נישט פון אונטער דער ערד אנדערע צדקות וכדומה; העלף די מוסד וואס העלפט דיר, בעסער געזאגט העלף דיר אליינס, העלף מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין ווייל מיר מוטשענען זיך זייער. מיר דארפן צאלן מלמדים און טיטשערס, און עס רייסט מיר ביים הארץ אז איך קען נישט צאלן די מלמדים סוף וואך. מיר האבן איינגעשטעלטע אין די מוסד וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן - פשוטו כמשמעו. איך ווייס אז מענטשן זאגן: "היינט איז נישט דא אזא זאך אז מען זאל נישט האבן אויף שבת צו מאכן"; הלואי זאל טאקע זיין אזוי אז עס זאל נישט זיין אזא זאך היינטיגע צייטן, אבער ווי עס ווייזט זיך אויס ווייס איך דא ביי אונז אין די קהילה פון אינגעלייט וואס האבן נישט קיין געלט אויף א פלאש וויין, חלה, פיש און פלייש.
יעצט האלטן מיר שוין ביי צען יאר פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין דא. דאס איז ניסים ונפלאות; א מוסד איז נישט קיין גרינגע זאך צו פירן, און וויפיל דו טראכסט און וויפיל דו ווייסט און וויפיל דו שטעלסט זיך פאר וויפיל ארבעט עס ליגט אונטער דעם - ווייסטו נאך גארנישט וואס עס מיינט פירן א מוסד. איך זוך נישט צו קרעכצן פאר דיר, איך וויל נאר דו זאלסט וויסן אז מיר מוטשענען זיך זייער אנצוגיין מיט די מוסדות, און ווען האברך היקר ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר בעטן פון דיר דו זאלסט זיך משתתף זיין מיט די רענט זאלסטו זיי שיין אויפנעמען. און אז מו"ה ... נרו יאיר בעט דיר צו צאלן שכר לימוד אדער קעמפ געלט זאלסטו זיך נישט אויסלאכן פון אים נאר צאלן שכר לימוד כדי מיר זאלן קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס. אז מען האט נישט קיין געלט צו צאלן איז איין זאך, אבער חוזק מאכן און צוריק ענטפערן - דאס איז נישט בארעכטיגט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע האבן א חלק אין אויפשטעלן שיינע מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן נתחנך ווערן מיט די ריינע אמונה.
זיי געזונט און שטארק.