מכתב יומי

יג תמוז תשע"ט

July 16 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


גיי אביסל שפאצירן אליינס מיט'ן אייבערשטן, קרעכץ זיך אויס צו אים וועסטו זען גרויסע ישועות.


גיי נישט צו קיינעם; אפילו מען וועט דיר זאגן: "עס זענען דא מלאכים וואס מען קען זיך אויסרעדן פאר זיי", זאלסטו אויך נישט גיין צו זיי, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס.


גיי יעצט אין א ווינקל; זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דארט זאלסטו פארציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס באדערט דיר, יעדע פרט פון דיין לעבן, ובפרט ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל אין שווערע עבירות רחמנא לצלן.


שעם זיך נישט צו דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן, עס איז נישט דא קיין גרעסער'ס פון דעם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז די גרעסטע זאך, גרעסער פון אלע מדריגות. "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", ער זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות און אים מקרב זיין, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון – אויף אידיש, די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, למשל מיר וואס מיר רעדן אידיש - זאגט דער רבי: "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", איז גרינגער זיך אויס צו גיסן דאס הארץ.


רעד צו האברך ... נרו יאיר, ער איז ממונה אויף די בעטן אין אומאן. איך וויל זייער דו זאלסט זיין צוזאמען מיט אונז ראש השנה הבא עלינו לטובה; איך האב געבויט דעם בנין בעיקר פאר אלע תלמידי הישיבה מיר זאלן זיין צוזאמען ביים רבי'ן ראש השנה, איז א שאד דו זאלסט נישט זיין מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.