מכתב יומי

יג תשרי תשע"ח

October 03 2017

בעזהשי"ת


יום ג' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ג תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן מתפלל געווען ביי אלע תפילות דורכאויס די הייליגע טעג: "אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, כָּתְבֵנוּ בְּסֵפֶר פַּרְנָסָה וְכַלְכָּלָה", אז דער אייבערשטער זאל אונז פארשרייבן מיר זאלן האבן פרנסה. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט נאכגעזאגט פון אנשי שלומינו אז די כוונה פון די תפילה איז אז מיר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אונז געבן אזא פרנסה וואס מיר וועלן אויך קענען לערנען די הייליגע תורה, דאס בעטן מיר "כָּתְבֵנוּ 'בְּסֵפֶר' פַּרְנָסָה וְכַלְכָּלָה", מיר זאלן האבן פרנסה - "בְּסֵפֶר", מיר זאלן קענען לערנען די הייליגע תורה. דאס איז וואס דער רבי האט געוואלט פון אונז, אפילו מען ארבעט שווער, מען מוטשעט זיך אהיים צו ברענגען געלט פאר די ווייב און קינדער, דאך זאל מען אריין כאפן אביסל תורה - "בְּסֵפֶר" פַּרְנָסָה וְכַלְכָּלָה.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען א מענטש לערנט תורה; אויבן אין הימל איז נישט חשוב ווער עס האט מער געלט וכו', אדער ווער עס האט מער כבוד, אויבן אין הימל איז חשוב א פרק משניות, א דף גמרא, א קאפיטל תהילים וכו', ווער רעדט נאך אויב עס גייט אריבער אויף א מענטש שוועריקייטן, מען האט צרות און יסורים, דעמאלט איז די איינציגסטע עצה צו לויפן צו א משניות און צו א גמרא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיך, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְך", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.


מוהרא"ש זכרונו האט צוגעלייגט צו דעם אויבן דערמאנטער ווארט, נאך א כוונה, אז מיר בעטן דעם אייבערשטן: "אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, כָּתְבֵנוּ בְּסֵפֶר פַּרְנָסָה וְכַלְכָּלָה", אונזער פרנסה זאל זיין אז מיר זאלן עוסק זיין אין הפצת ספרי רבינו - "בְּסֵפֶר" פַּרְנָסָה וְכַלְכָּלָה; מיר זאלן זיך נישט שעמען פון קיינעם, און מיר זאלן שטענדיג געדענקען ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען פאר מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, און וואס דער רבי האט מיט אונז געטון; אזוי וועלן מיר מזכה זיין נאך אידישע קינדער צו וויסן פון אזעלכע ליכטיגע עצות.


דערפאר בעט איך דיר זאלסט עוסק זיין אין הפצה יעדן טאג; דער רבי האט אונז געהייסן עוסק זיין אין הפצה. א ברסלב'ער חסיד איז מען אז מען פאלגט דעם רבי'ן, דער רבי האט אונז אנגעזאגט מיר זאלן מקרב זיין נאך אידן צום אייבערשטן, דארפן מיר זען יעדן טאג גיין הפצה; נעם אפאר ספרים וכו', און גיי אויף די הייזער, דאס איז אונזער תיקון אויף וואס מיר האבן געזינדיגט, אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן זיינע נישט גוטע מעשים, ווי ער זאל עוסק זיין אין הפצה. עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן: "מְעַט גַּם כֵּן טוֹב", אביסל איז אויך גוט; ווען ר' נתן איז געפארן אויף ארץ ישראל און ער איז שוין געווען אויפן צוריק, איז די שיף אנגעקומען קיין מצרים, און ר' נתן האט געהאט גרויס צער אז ער איז אנגעקומען קיין מצרים, ווייל די תורה זאגט דאך (דברים יז, טז): "וַה' אָמַר לָכֶם, לֹא תֹסִפוּן לָשׁוּב בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה עוֹד", מען זאל נישט צוריקגיין קיין מצרים. למעשה האט ער דארט געטראפן חשוב'ע אידן און ער האט דארט פארקויפט אפאר ספרים פון רבי'ן, און ער האט זיך מורא'דיג מחי' געווען אז ער האט געקענט אנקומען אהין, און דארט מפיץ זיין א ספר פון רבי'ן. זעט מען פון דעם, אז אפילו מען גייט אביסל הפצה איז אויך זייער חשוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.