מכתב יומי

יט אב תשע"ט

August 20 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


הייב נישט אן דיין טאג אן מקוה; די ערשטע זאך גיי אין מקוה.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג; אזוי אויך איז באוויסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


טו די עצה וואס די פייגל האט געטון; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג): עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן, וואו זי איז נאר געגאנגען איז מען איר נאכגעלאפן, זי האט זיך באהאלטן אין אלע סארט פלעצער אבער איבעראל זענען געקומען די פאנגערס איר טשעפען, איז די פייגל אויפגעקומען מיט א געדאנק: 'איך וועל זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, ווייל דארט וועט קיינער זיך נישט טרויען צו קומען שיסן אויף מיר'.


דאס זאלסטו אויך טון; דו פרובירסט אלע עצות און מיטלען פטור צו ווערן פון וכו', אבער עס איז נישט דא קיין שום וועג זיך צו ראטעווען פון וכו', איין עצה האסטו: גיי צום אייבערשטן, באהאלט זיך ביים אייבערשטן אליינס - וועסטו פטור ווערן פון אלעם שלעכטס.


דאס זאגט דוד המלך (תהלים צא, א): "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁדַּי יִתְלוֹנָן", א מענטש זיצט אין א באהאלטענעם פלאץ, ער באהאלט זיך אינעם שאטן פונעם אייבערשטן, דארט איז ער זיך מתלונן, ער טענה'ט צום אייבערשטן, ער דערציילט אים אויס זיין גאנצע הארץ.


אין שטוב זאלסטו נישט ווייזן קיין שום עצבות, דערצייל נישט פאר דיין ווייב וואס דו גייסט אריבער; זי וועט דיר במילא נישט קענען העלפן, ענדערש מאך זיך כאילו דו ביסט פרייליך וועט זי ווערן פרייליך אזוי ארום וועט זי דיר נאכדעם פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.