מכתב יומי

יד אדר ב' תשפ"ב

March 17 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ד אדר ב', חג הפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז פורים, נישטא קיין צייט פאר קיין בריוו; איך בעט דיר זייער, נוץ אויס דעם טאג בקדושה ובטהרה, זיי זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן; וויל גארנישט, נאר טון רצון השם.


קום צוריק, אפילו ביסט אראפגעפאלן, קום צוריק; דער אייבערשטער האלט אויסגעשטרעקט זיינע הענט צו דיר, ער ווארט דו זאלסט צוריקקומען צו אים.


בעט פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל.


א פרייליכן יום טוב פורים.