מכתב יומי

יט כסלו תשע"ט

November 27 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


הודו לה' כי טוב אז איך בין אנגעקומען אהיים בשלום; עס האט געהייסן אז מיר וועלן שוין זיין צוריק נעכטן מיטאג אבער (תהלים לז, כג): "מֵה' מִצְעֲדֵי גֶבֶר כּוֹנָנוּ, וְדַרְכּוֹ יֶחְפָּץ"; דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט אלעס און טוט אלעס. מיר זענען געבליבן נאך א טאג אין אוקריינא נאכדעם וואס דער פליגער איז געווען צעבראכן. מיר האבן עס אנגענומען באהבה און געגלייבט אז אלעס איז לטובה; נישט מיר גייען און מיר טוען נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער בעל שם הקדוש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א איד גייט נישט, א איד פירט מען".


איך קום יעצט גלייך פון ערפארט; איך בין געלאפן כאפן א מקוה און גלייך געקומען אין ישיבה דיר שרייבן אפאר ווערטער דיר מחזק זיין אויף לימוד התורה. מארגן ענדיגן מיר מיטן אייבערשטנס הילף מסכת מנחות און דאנערשטאג הייבן מיר אן מסכת חולין, בעט איך דיר מיין טייערער הארציגער ברודער ..., זע צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא; א בלאט גמרא א טאג איז דער חיות פונעם טאג און דאס מאכט פרייליך דעם מענטש.


מיר שטייען יעצט פאר חנוכה; 'חנוכה' איז א לשון פון זיך באנייען, חנוכה איז א צייט וואס א מענטש קען זיך אויפפרישן און אנהייבן פונדאסניי.


הייב אן פונדאסניי, זיי נישט אלט און נאכגעלאזט. הייב אן מיט א פרישקייט דינען דעם אייבערשטן; געדענק: "א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ וכו', א שטארקער מענטש איז דער וואס הייבט זיך אויף!"


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען אז מארגן זאלסטו בלייבן אין שטוב כדי דיין ווייב זאל קענען קומען צו די חינוך אווענט.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.