מכתב יומי

יד ניסן תשע"ח

March 30 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת שמיני-א, י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען שוין היינט נאכט מאכן דעם הייליגן סדר. די הייליגע צדיקים זאגן: "פארוואס רופט מען אן דעם ליל הסדר מיטן נאמען 'סדר?' ווייל דאס איז א סדר פאר א גאנץ יאר; ווי אזוי א מענטש פירט זיך אין דעם נאכט וועט דאס האבן אן השפעה אויף אים דעם גאנצן יאר". אז מען וועט אכטונג געבן צו זיין רואיג און פרייליך וועט מען א גאנץ יאר קענען געניסן פון די הייליקייט וואס קומט אראפ דעם נאכט, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמ"ז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות.


פארשטייט זיך אז דער ס"מ זוכט אלע סארט וועגן ווי אזוי ער קען צעשטערן דעם הייליגן נאכט. ער ווייסט אז פסח ביינאכט וועט אים קיינער נישט אויסהערן צו טון עבירות; יעדער איז גרייט פאר יום טוב, יעדער איז ריין פאר יום טוב, ער שפירט שוין ווי אט אט גייט ער ווערן אויס, די אידן גייען זיך באהעפטן מיטן אייבערשטן, קומט ער ווי אן ערליכער מלאך, ער טוט זיך אן מיט א ווייסע בעקיטשע, אזוי ווי דער רבי טייטשט אויס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א) דעם מאמר פון רבה בר בר חנה (בבא בתרא עג.): "הַאי גַּלָּא דְּמַטְבַּע לִסְפִינְתָּא, מִתְחַזֵּי כִּי צוּצִיתָא דְּנוּרָא חִוַּרְתָּא בְּרֵישָׁא", דער יצר הרע איז ווי א וואל וואס וויל אוועק נעמען דעם מענטש פונעם אייבערשטן, אזוי ווי א וואל וואס וויל דערטרענקען א שיף; ער פארשטעלט זיך ווי א ווייסע ברענעדיגער מלאך, ער מאכט דער מענטש זאל זיך אויפרעגן אין שטוב אויף די ווייב און קינדער. דער מענטש כאפט נישט אז דאס איז א טריק פונעם ס"מ אים אויפצורעגן, און אזוי נעמט ער אים אוועק פון די קדושה.


דערפאר דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פרייליך ביים סדר, מיר זאלן האלטן קאפ נישט צו ווערן פארלוירן ווען עפעס גייט נישט אזוי ווי מען וויל, אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו די קדושה וואס קומט אראפ פסח.


מיר פירן זיך צו זאגן דעם שטיקל זוהר (פקודא בתר דא; פרשת בא, דף מ:) פאר מיר הייבן אן זאגן די הגדה. דער שטיקל זוהר פלאמט אויף דאס הארץ, זעהנדיג דאס גרויסקייט פון זאגן די הגדה. דער זוהר הקדוש זאגט: פסח ביינאכט ווען אלע אידן זיצן ביים סדר, מען זאגט די הגדה און מען דערציילט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז, "בֵּיהּ שַׁעֲתָא, כָּנִישׁ קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא לְכָל פָּמַלְיָיא דִּילֵיהּ, וְאָמַר לוֹן, זִילוּ וּשְׁמָעוּ סִפּוּרָא דִּשְׁבָחָא דִּילִי, דְּקָא מִשְׁתָּעוּ בָּנַי, וְחַדָּאן בְּפוּרְקָנִי", דעמאלט רופט דער אייבערשטער צוזאמען אלע מלאכים און זאגט זיי: קומט, לאמיר גיין הערן די לויב וואס דא אידן לויבן מיר. "כְּדֵין כֻּלְּהוּ מִתְכַּנְּשִׁין, וְאַתְיָין וּמִתְחַבְּרִין בַּהֲדַיְיהוּ דְּיִשְׂרָאֵל, וּשְׁמָעוּ סִפּוּרָא דִּשְׁבָחָא, דְּקָא חַדָּאן בְּחֶדְוָא דְּפוּרְקָנָא דְמָרֵיהוֹן", אין די צייט קומען אלע מלאכים אראפ צו די אידישע קינדער און הערן זיך צו ווי אזוי מען דערציילט די הגדה און די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט, זיי הערן זיך צו צו די פרייד ווי מיר פרייען זיך מיטן אייבערשטן, "כְּדֵין אַתְיָין וְאוֹדָן לֵיהּ לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, עַל כָּל אִינּוּן נִסִּין וּגְבוּרָן וְאוֹדָאן לֵיהּ עַל עַמָּא קַדִּישָׁא דְּאִית לֵיהּ בְּאַרְעָא, דְּחַדָּאן בְּחֶדְוָה דְּפוּרְקָנָא דְּמָארִיהוֹן", דעמאלט הייבן אן אלע מלאכים צו לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט און זיי זאגן פארן אייבערשטן: "די אידן זענען א הייליג פאלק; זיי פרייען זיך מיט דיר, זיי פארציילן אלע ניסים וואס דו טוסט מיט זיי".


איך בעט דיר זייער זאלסט זאגן די הגדה מיט שמחה; אפילו דו פראוועסט נישט אליינס דעם סדר, דו ביסט ביי דיינע עלטערן אדער ביי דיין ווייב'ס עלטערן און זאכן באדערן דיר וכו', גיי נישט אריין אין אן עצבות רחמנא לצלן, נאר זיי פרייליך, ווייל אויב מען זאגט די הגדה בשמחה און מען פריידט זיך מיט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז, וועט מען זוכה זיין זיך צו פרייען אין עולם הבא, אזוי ווי עס דער הייליגער זוהר זאגט (שם): "כָּל בַּר נָשׁ דְּאִשְׁתָּעֵי בִּיצִיאַת מִצְרַיִם, וּבְהַהוּא סִפּוּר חַדֵּי בְּחֶדְוָה, זַמִּין אִיהוּ לְמֶחדֵי בִּשְׁכִינְתָּא לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ווער עס זאגט די הגדה, ווער עס פארציילט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון ביי יציאת מצרים און בשעת ער פארציילט די הגדה פריידט ער זיך, דער מענטש וועט זוכה זיין זיך מיט צו פרייען מיטן אייבערשטן אויף יענע וועלט "דְּהוּא חֵדוּ מִכֹּלָּא", וואס דאס איז די גרעסטע פרייד וואס עס איז דא אויף דער וועלט; א מענטש וואלט אלעס געטון צו באקומען א ברכה פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי זוכה זיין צו עולם הבא, און דא באקומען מיר פון אים אזא שיינע ברכה, איז דאך זיכער אז מיר דארפן זען צו זיין פרייליך בשעת מיר זאגן די הייליגע הגדה.


ווען דו גייסט פארברענען די חמץ, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל שוין פארברענען דעם יצר הרע, אזוי ווי מען זאגט אינעם יהי רצון: "יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ, כְּשֵׁם שֶׁאֲנִי מְבַעֵר חָמֵץ מִבֵּיתִי וּמֵרְשׁוּתִי כַּךְ תְּבַעֵר אֶת כָּל הַחִיצוֹנִים וְאֶת רוּחַ הַטּוּמְאָה תְּבַעֵר מִן הָאָרֶץ וְאֶת יִצְרֵנוּ הָרָע תְּבַעֲרֵהוּ מֵאִתָּנוּ וְתִתֶּן לָנוּ לֵב בָּשָֹר, וכו'"; לייג צו צום תפילה דיינע אייגענע בקשות. בעט דעם אייבערשטן ער זאל שוין אראפ ברענגען אויף אידישע קינדער א רוח טהרה, מען זאל לעבן מיט אמונה און מען זאל שוין אפלאזן אלע תאוות רעות.


אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען דעם בריוו פון רבי שמשון מאוסטראפאליא ז"ל; צום סוף פונעם בריוו שטייט אז ווער עס לערנט דעם בריוו ערב פסח: "מֻבְטָח לוֹ שֶׁיִּנָצֵל בְּאוֹתָהּ שָׁנָה מִכָּל מִכְשׁוֹל וּמִמִּיתָה מְשֻׁנָּה, וְשׁוּם אָדָם לֹא יִמְשֹׁל בּוֹ, וְכָל אוֹיְבָיו יִפְּלוּ תַּחְתָּיו, וּבְכָל אֲשֶׁר יִפְנֶה יַצְלִיחַ וּבְכָל עֲסָקָיו יַרְוִיחַ", דער וועט ניצול ווערן פון אלע שלעכטע זאכן און ער וועט מצליח זיין אין אלע זיינע ענינים. דער בריוו איז געדרוקט אין די ברסלב'ע הגדה (הגדת 'אור זרוע').


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן היינט; דער תפילה איז געבויט אויף די תפילה פון ר' נתן (ליקוטי תפילות, תפילה כ).


"אָנָּא ה', איך בעט דיר אייבערשטער, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו פאררעכטן אלע מיינע שלעכטע מעשים. איך זאל זוכה זיין ארויס צו גיין פון מיין מצרים, איך זאל שוין אויפהערן נאכלויפן עבירות. איך זאל היטן מיינע אויגן, איך זאל היטן מיין מחשבה.


אָנָּא ה', אזוי ווי דו האסט געמאכט ניסים פאר אונזערע עלטערן, דו האסט זיי ארויס גענומען פון מצרים, פון די מ"ט שערי טומאה, פון זייערע עבירות. דו האסט זיי צוגעברענגט צו די גרעסטע מדריגות אין קדושה, דו האסט זיי געגעבן די הייליגע תורה, דו האסט זיי אריין געברענגט אין ארץ ישראל, אזוי אויך בעט איך דיר הייליגער באשעפער זאלסטו מיט מיר אויך מאכן ניסים; נעם מיר ארויס פון מיין ביטערע גלות. איך ליג אין עבירות, איך בין פארקנעכטעט פאר מיין יצר הרע, איך האלט אין איין אריין פאלן אין פגם הברית, איך האב נישט קיין מח, מיינע מחשבות טראכטן נאר פון שמוץ, העלף מיר איך זאל זוכה זיין ארויס צו גיין פון מיינע עבירות און תשובה טון בתשובה שלימה, עס זאל שוין מקוים ווערן וואס שטייט (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת".


אָנָּא ה', איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח מיט א פרייליכקייט. איך זאל זיך נישט אויפרעגן און קיינער זאל מיר נישט נערוועז מאכן. עס זאל מיר גארנישט אנגיין. העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו מקיים זיין אלע מצוות פון פסח און א גאנץ יאר זאל איך געדענקען אז נאר דו פירסט דער וועלט און עס איז גארנישט דא אויסער דיר".


מיר האבן היינט צופרי מסיים געווען מסכת עבודה זרה; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז גאר אנדערש דעם גאנצן טאג אז מען לערענט דעם "דף גמרא", ברוך ה' אלע אינגעלייט און בחורים וואס פאלגן דעם הייליגן רבי'ן לערנען יעדן טאג דעם דף.


מיר האבן מקדים געווען דעם סיום מיט צוויי טעג ווייל מיר האבן ביים שיעור אינגעלייט און בחורים וואס זענען בכורים וגם אני בתוכם, האבן מיר פאראויס געלערנט מיט צוויי דפים אז מיר זאלן נישט דארפן פאסטן.


זונטאג דעם ערשטן טאג חול המועד הייבן מיר אן א פרישע מסכת: "מסכת הוריות"; איך בעט דיר זייער טייער ליבער חבר, כאפ זיך מיט און הייב אן לערנען יעדן טאג א דף גמרא מיטן סדר וואס גאנץ כלל ישראל לערנט. דאס וועט דיר געבן הצלחה, דאס וועט דיר פרייליך מאכן; עפעס אנדערש מאכט נישט פרייליך. געלט מאכט נישט פרייליך, גארנישט מאכט פרייליך - נאר תורה. ווען א מענטש איז זוכה און ער פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, ער כאפט אריין יעדן טאג אביסל גוטס, דער לעבט א חיים טובים.


טייערער הארציגער ברודער, נעם אן מיינע ווערטער וואס קומען ארויס פון מיין הארץ; איך האב אזוי פיל געארבעט מיט דיר, איך האב אזוי פיל צייט אוועק געגעבן פאר דיר, נאר כדי דו זאלסט האבן א גוט לעבן. פאלג דעם רבי'ן, זיי דיר מתגבר אויף דיין יצר הרע און נעם די הייליגע דף גמרא און זאג די ווערטער פון די גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אפילו אלע שרייען אז עס הייסט נישט געלערענט, אפילו אלע שפעטן דערפון - דו פאלג דעם רבי'ן, ווייל לאכן לאכט דער וואס לאכט צום סוף, אזוי ווי עס שטייט (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן - ער וועט לאכן ביים לעצטן טאג, אבער די אלע וואס שפעטן אפ פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד די שפעטן פון זיך אליינס, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ", אויב ביסטו קלוג - ביסטו נאר קלוג פאר דיר, "וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", פון רבי'ן קען מען נישט לאכן, פון רבי'ן קען מען נישט חוזק מאכן, דער רבי בלייבט, זיינע ווערטער בלייבן אבער די וואס לאכן - פון זיי בלייבט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן. 


א פרייליכן יום טוב.