מכתב יומי

יד ניסן תשע"ט

April 19 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', ערב פסח, י"ד ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין צייט יעצט פון שרייבן בריוו, דאך וועל איך דיר שרייבן אפאר ווערטער ווי זיך צו פירן היינט, א סדר היום פאר ערב פסח.


די ערשטע זאך לויף דאווענען; ביז 10:15 קענסטו נאך עסן חמץ נאכדעם זאלסטו גיין פארברענען די חמץ, עס איז דא זייער א שיינע תפילה וואס מען בעט בשעת שריפת חמץ; מען בעט דעם אייבערשטן אז מיר זאל זוכה זיין צו ווערן ריין און הייליג, מיר זאלן פטור ווערן פונעם יצר הרע וואס מאכט אונז משוגע און פארדריידט אונז דעם קאפ מיט אלע תאוות.


אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען דעם בריוו פון רבי שמשון מאסטראפאליא זכר צדיק לברכה יעדן ערב פסח; צום סוף פונעם בריוו שטייט אז ווער עס לערנט דעם בריוו ערב פסח: "מֻבְטָח לוֹ שֶׁיִּנָצֵל בְּאוֹתָהּ שָׁנָה מִכָּל מִכְשׁוֹל וּמִמִּיתָה מְשֻׁנָּה, וְשׁוּם אָדָם לֹא יִמְשֹׁל בּוֹ, וְכָל אוֹיְבָיו יִפְּלוּ תַּחְתָּיו, וּבְכָל אֲשֶׁר יִפְנֶה יַצְלִיחַ וּבְכָל עֲסָקָיו יַרְוִיחַ", דער וועט ניצול ווערן פון אלע שלעכטע זאכן און ער וועט מצליח זיין אין אלע זיינע ענינים (דו קענסט זען דעם בריוו אין הגדת 'אור זרוע').


אנשי שלומינו טרעפן זיך אינעם בריוו ווען ער ברענגט אראפ פון אריז"ל דעם סוד אינעם ווארט 'אשר', "וּכְמִנְיַן אשר, וְזֶהוּ סוֹד כַּוָּנַת הַכָּתוּב בְּסֵדֶר בֹּא: "וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אשר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם", אשר דַּיְקָא, שֶׁהוּא כְּמִסְפַּר תק"א, וְכַיּוֹצֵא בּוֹ הַרְבֵּה פְּסוּקִים אֶלֶף, שֶׁמּוֹרִים עַל זֶה לְסוֹד אשר, כְּמִנְיַן רָאשֵׁי תֵיבוֹת שֶׁל עֶשֶׂר מַכּוֹת כְּמוֹ שֶׁבֵּאַרְנוּ, וְיֵשׁ לָנוּ בָּזֶה סוֹדוֹת נִפְלָאִים. וּכְבוֹד אֱלֹהִים הַסְתֵּר דָּבָר", מיר ווייסן וואס דער סוד פון 'אשר' איז, וואס מיר האבן זוכה געווען צום 'אשר בנחל' וואס איז מגלה דעם אייבערשטן מיט אזא אפענקייט און שטארקייט אז ווער עס לערנט דעם ספר ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זאגן די הגדה מיט שמחה; אפילו דו פראוועסט נישט אליינס דעם סדר, דו ביסט ביי דיינע עלטערן אדער ביי דיין ווייב'ס עלטערן און זאכן באדערן דיר וכו' זאלסטו נישט אריין גיין אין אן עצבות רחמנא לצלן, נאר האלט זיך פרייליך מיט אלע דיינע כוחות, ווייל דער וואס זאגט די הגדה און ער פריידט זיך מיט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אידישע קינדער, וועט זוכה זיין זיך צו פרייען אין עולם הבא, אזוי ווי עס דער הייליגער זוהר זאגט (שם): "כָּל בַּר נָשׁ דְּאִשְׁתָּעֵי בִּיצִיאַת מִצְרַיִם, וּבְהַהוּא סִפּוּר חַדֵּי בְּחֶדְוָה, זַמִּין אִיהוּ לְמֶחדֵי בִּשְׁכִינְתָּא לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ווער עס זאגט די הגדה, ער פארציילט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון ביי יציאת מצרים און בשעת ער פארציילט די הגדה פריידט ער זיך, דער מענטש וועט זוכה זיין זיך מיט צו פרייען מיטן אייבערשטן אויף יענע וועלט "דְּהוּא חֵדוּ מִכֹּלָּא", וואס דאס איז די גרעסטע פרייד וואס עס איז דא אויף דער וועלט; זיי גרייט אז דער שטן וועט טון אלעס דיר אוועק צו נעמען דיין שמחה זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך ביים סדר נאכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א כשר'ן און פרייליכן יום טוב.