מכתב יומי

יד ניסן תשפ

April 08 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני א', ערב פסח, י"ד ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


עס איז נישט קיין צייט יעצט פון שרייבן לאנגע בריוו, אפאר ווערטער וועל איך דיר שרייבן.


געלויבט דעם אייבערשטן מיר שטייען שוין ערב יום טוב, באלד וועלן מיר מקיים זיין די מצוה פון פארברענען דעם חמץ; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו פארברענען אלע אונזערע שלעכטס און אלע שלעכטע מידות, אזוי ווי מיר זאגן אינעם יהי רצון: "יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ, כְּשֵׁם שֶׁאֲנִי מְבַעֵר חָמֵץ מִבֵּיתִי וּמֵרְשׁוּתִי כַּךְ תְּבַעֵר אֶת כָּל הַחִיצוֹנִים וְאֶת רוּחַ הַטּוּמְאָה תְּבַעֵר מִן הָאָרֶץ וְאֶת יִצְרֵנוּ הָרָע תְּבַעֲרֵהוּ מֵאִתָּנוּ וְתִתֶּן לָנוּ לֵב בָּשָֹר, וכו'", לייג צו צום תפילה דיינע אייגענע בקשות.


אויב דו האסט צייט היינט זאלסטו לערנען דעם בריוו פון הרב הקדוש רבי שמשון מאסטראפאליא זכר צדיק לברכה; אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען דעם בריוו ערב פסח און אויך במשך א גאנצן יום טוב. צום סוף פונעם בריוו שטייט אז ווער עס לערנט דעם בריוו: "מֻבְטָח לוֹ שֶׁיִּנָצֵל בְּאוֹתָהּ שָׁנָה מִכָּל מִכְשׁוֹל וּמִמִּיתָה מְשֻׁנָּה, וְשׁוּם אָדָם לֹא יִמְשֹׁל בּוֹ, וְכָל אוֹיְבָיו יִפְּלוּ תַּחְתָּיו, וּבְכָל אֲשֶׁר יִפְנֶה יַצְלִיחַ וּבְכָל עֲסָקָיו יַרְוִיחַ", דער מענטש וועט ניצול ווערן פון אלע שלעכטע זאכן און ער וועט מצליח זיין אין אלע זיינע ענינים; דער בריוו איז געדרוקט אין הגדת אור זרוע.


איך בין אוועק געפארן אויף פסח קיין קרית ברסלב ליבערטי, איך וועל זיין גאנץ פסח אין ברסלב'ע שטעטל; נאך פסח וועל איך אם ירצה ה' צוריק קומען קיין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.