מכתב יומי
יד תשרי תשע"ח
October 04 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום ד' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
ברוך השם מיר שטייען יעצט ערב סוכות; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אמאל איז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געזיצן אין זיין סוכה מיט זיינע תלמידים, און פלוצלינג הייבט דער בעל שם טוב אן זייער צו לאכן, האבן אים די תלמידים געפרעגט: "פארוואס לאכט דער רבי?" האט דער בעל שם טוב געענטפערט אז אין הימל לאכט מען יעצט, האבן זיי אים ווייטער געפרעגט: "פארוואס לאכט מען יעצט אין הימל?" האט זיי דער בעל שם טוב געענטפערט אזוי: "א בעל עגלה איז יעצט געווען אונטערוועגנס, און אינמיטן וועג איז ער געווארן זייער הונגעריג, ער האט געזוכט א סוכה וואו צו עסן, ער האט אבער נישט געטראפן קיין סוכה וואו צו עסן, האט ער געמאכט א לאך אין זיין הוט, און ארויף געלייגט סכך אויף זיין הוט, ער האט געמיינט אז אזוי איז ער יוצא מצות סוכה... דאס איז די גרויסע געלעכטער אין הימל, און די שמחה האט גורם געווען המתקת הדינים אין אלע עולמות עליונים, דערפאר לאך איך אויך" - האט דער בעל שם טוב אויסגעפירט.
זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש איז בשמחה, גייען אוועק אלע דינים פון אים; דערפאר זאלסטו זען צו זיין פרייליך יום טוב, און זאלסט פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער. פון איין זייט איז די שווערסטע מצוה פון יום טוב צו מקיים זיין (דברים טז, יד-ט): "וְשָׂמַחְתָּ בְּחַגֶּך, וְהָיִיתָ אַך שָׂמֵחַ", אבער פון דער אנדערע זייט איז דאס די שענסטע מצוה, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך האט ער א מח, ער האט ישוב הדעת, און אז מען האט ישוב הדעת האט מען שוין אלעס.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַך, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", פארוואס זענען מענטשן ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת צו טראכטן וואס דער תכלית איז בזה העולם, וואס האט מען פון אלע תאוות וכו', עס בלייבט דאך גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל עבודת השם יתברך וואס מען כאפט אריין בזה העולם. זאגט דער רבי ווייטער, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת - מען זאל וויסן וואס מען האט צו טון דא אויף דער וועלט? "אַך דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל וכו', ווייל דער מח איז אים מצומצם, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו', ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפען און נישט מצומצם.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.
שטעלט זיך די קשיא, וואסערע מדה זאל מען נעמען צום ערשט? מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז די ערשטע זאך דארף א מענטש בעטן אויף "שמחה", ווייל איינמאל מען איז פרייליך פאלט שוין אוועק אלע מידות רעות און שלעכטע תאוות; דערפאר בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין פרייליך, און אז דו זאלסט נישט האבן קיין קשיות אויף אים, און אזוי וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. בפרט יעצט ערב יום טוב דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט אויפרעגן, נאר אריין גיין אינעם יום טוב בשמחה.
עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, און שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, ער איז געווען א עני ואביון; ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו אזוי פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" האט ער געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז ס'וועט נאך זיין איין טאג גוט און דעמאלט וועלן מיר זיין זייער פרייליך, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.
מוהרא"ש זכרונו לברכה איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל, עס האט זיך געקענט דאכטן אז ס'גייט אים גוט, און ער האט אלעס אויף דער וועלט וכו', וואס באמת האט מוהרא"ש נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין לעבן, ער האט געהאט אויסצושטיין צרות ויסורים מבית ומבחוץ, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה: "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל, וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם מֵרוֹב צַעַר וְעָגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", איך האב נישט געהאט אין מיין גאנצן לעבן קיין איין גוטן טאג, איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן פון מיינע צרות און יסורים וואס איך האב געהאט פון מענטשן פון אינדרויסן, און פון מיין אייגענע שטוב וכו', מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף אים פון אינדרויסן, אדרבה, ווען מוהרא"ש האט געזען א אינגערמאן אדער א בחור וואס איז נישט פרייליך, פלעגט ער אים פרייליך מאכן.
עס ווערט געברענגט פון הייליגן אריז"ל אז ערב סוכות איז א זמן פון צדקה; ר' חיים ויטאל זכר צדיק לברכה האט דערציילט וואס ער האט געזען ביי זיין רבי דער הייליגער האריז"ל, אז ערב סוכות ווען ארימעלייט זענען געקומען נאך צדקה פלעגט ער עפענען זיין בערזל און זאגן פאר אלע ארימעלייט: "נעמט וויפיל איר ווילט".
דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו האט געטייטשט וואס מיר זאגן ביים דאווענען אין די הייליגע טעג: "וּתְשׁוּבָה וּתְפִלָּה וּצְדָקָה מַעֲבִירִין אֶת רֹעַ הַגְּזֵרָה", אז לכאורה דארף ווען שטיין קודם וצדקה פאר תפילה, ווייל קודם געבט מען צדקה און נאכדעם דאווענט מען, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יז, טו): "אֲנִי בְּצֶדֶק אֶחֱזֶה פָנֶיך", האט ער גאזאגט אזוי, אז מען קען נאר זוכה זיין צו אמת'ע צדקה אז מען איז אסאך מתפלל און מען טוט תשובה, נאכדעם איז מען זוכה צו טרעפן די אמת'ע צדקה, דערפאר זאגט מען קודם וּתְשׁוּבָה וּתְפִלָּה, און נאכדעם "וּצְדָקָה"; דערפאר איז א גרויסע זאך צו געבן צדקה היינט ערב יום טוב.
דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט אויסטיילן זייער אסאך געלט ערב סוכות, ער פלעגט זאגן: "דאס איז מיין נוי סוכה"; וואויל איז פאר דעם וואס געבט צדקה פאר ארימעלייט, בפרט אז מען מאכט דאס בדרך כבוד "מתן בסתר" אז דער חבר זאל זיך נישט שעמען. צום ביישפיל, אז מען ווייסט א חבר, אדער איינער פון די משפחה וואס קען נישט איינקויפן אויף יום טוב, ער האט א גרויסער חוב אין געשעפט וכו', און מען רופט אריין שטילערהייט אין געשעפט בדרך כבוד, מען לייגט אריין פארן חבר געלט ער זאל קענען איינקויפן אויף יום טוב, דאס איז די גרעסטע צדקה, ווייל יענער ווערט נישט פארשעמט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א פרייליכע יום טוב, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו זיצן בסוכות עורו של לויתן מיט אלע צדיקים און מיט משיח צדקינו.
מוצאי שבת וועלן מיר זיך צוזאמקומען צום יארצייט סעודה פונעם הייליגן רבי'ן אין די סוכה פון די ישיבה, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסע ליכטיקייט; אלע זענען געליידענט - סיי די מענער סיי די פרויען און אויך די קינדער. איך ווארט דיר צו זען.
א פרייליכן יום טוב.