מכתב יומי

יד תשרי תשפ"ג

October 09 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר שרייבן אפאר וויכטיגע זאכן פאר'ן היינטיגן טאג ערב סוכות, און אפאר וויכטיגע זאכן פאר יום טוב.


היינט ערב יום טוב ווערט געברענגט פון הייליגע צדיקים - איז זייער א גרויסע זאך צו געבן צדקה פאר ארימעלייט; צדיקים פלעגן דאס רופן זייער "נוי סוכה".


בנוגע צינדן ליכט ערב יום טוב; עס איז דא וואס פירן זיך אויך יום טוב צו צינדן די ליכט ביים זמן, נאכדעם איז דא וואס פירן זיך צו צינדן איידער מען הויבט אן די סעודה. ביי מיר אין שטוב פירט מען זיך צו צינדן די יום טוב ליכט ביי די סעודה איידער מען מאכט קידוש, (אז דו גייסט צו דיינע עלטערן אדער דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי פירן זיך).


בנוגע וואו צו צינדן די ליכט; מען דארף צינדן די ליכט אין די סוכה, דארט וואו מען עסט; מען דארף נאר זייער אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין סכנה פון א שריפה.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ביים אריינקומען אין די סוכה די ערשטע נאכט פלעגט ער צוגיין צו די ווענט און זיי קישן, ביי מיינע עלטערן פלעג איך זען נאר ביים געזעגענען פלעגט מען ארום גיין קישן אלע ווענט; מוהרא"ש פלעגט קישן די ווענט סיי ביים אריינקומען אין די זוכה די ערשטע נאכט און סיי ביים זיך געזעגענען, פון גרויס ליבשאפט צום באשעפער אז מען איז זוכה צו זיין אין די הייליגע סוכה, די הייליגע ווענט מיט די הייליגע סכך, זיצן אין די שאטן פון אמונה; אזוי זאלסטו טון צוזאמען מיט דיינע קינדער.


ווען דו גייסט מאכן די סעודה זאלסטו זאגן די "אזמין לסעודתא", איינליידענען די הייליגע אושפיזין, די הייליגע געסט. עס שטייט אין זוהר הקדוש אז די אושפיזין קומען נישט אראפ נאר אז מען רופט זיי, אפילו א גרויסער מענטש אויב ריפט ער נישט, ער ליידנט נישט די געסט - קומען זיי נישט צו אים, און אפילו אן איש פשוט, אויב ליידנט ער די געסט קומען זיי צו אים; אזוי זאלסטו טון א גאנץ יום טוב, איידער דו גייסט מאכן א סעודה - ליידן איין די געסט, וועסטו זוכה זיין אז זיי וועלן קומען צו דיר אין די סוכה.


זיץ אין די סוכה מיט א שמחה, זיי זיך מוסר נפש אויף די מצוה פון שמחה; זיי ביי זיך בטל ומבוטל צום אייבערשטן, עס זאל דיך גארנישט אנגיין - וועסטו זיין פרייליך.


אז איינער ביי דיר אין די משפחה האט די נאמען פון די טאג פון די אושפיזין - מאכט מען אז דער קינד טיילט עפעס א גוטע עסן לכבוד די אושפיזין, אריינצוברענגען אין די קינדער זיי זאלן לעבן מיט דעם.


חול המוער ארבעט מען נישט, און אויב דו קענסט פארלירן דיין ארבעט אדער עס איז א דבר האבד - זאלסטו פרעגן א רב ווי אזוי זיך צו פירן.


איך וועל דיר שפעטער שרייבן נאך, יעצט דארף איך לויפן אנגרייטן דעם יום טוב.


א גוט יום טוב.