מכתב יומי
יח אדר ב' תשפ"ב
March 21 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
בעט דעם אייבערשטן פאר ערליכע קינדער. דאס איז נישט א זאך וואס מען באקומט סיי ווי סיי, פון זיך אליינס, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער.
מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך די וואך קיין ארץ ישראל מיט די בחורים פון ישיבה, צו מיין זיידע'ס הקמת המצבה, שבת געפאלט די יארצייט און זונטאג איז די הקמת המציבה אין מירון. איך פאר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, וועלן מיר מאכן א יארצייט סעודה לכבוד די יארצייט פון דעם הייליגן צדיק רבי אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו מיט אנשי שלומינו פון ארץ ישראל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.