מכתב יומי

יז ניסן תשע"ח

April 02 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב', י"ז ניסן, א' דחול המועד פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ארוך אורח חיים סימן תקמה, סעיף ד) אז מען טאר נישט שרייבן חול המועד, אבער א דבר האבוד מעג מען יא שרייבן. עס זענען דא פוסקים וואס זאגן אז חידושי תורה מעג מען שרייבן (שם סעיף ט; כף החיים סעיף קטן עט). דאס וואס איך שרייב דיר איז א דבר האבוד, ווייל איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט אויסנוצן דעם יום טוב מיט תורה תפילה ומעשים טובים.


חסדי השם יתברך אז מיר האבן זוכה געווען צו דעם הייליגן יום טוב פסח, מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה, וואס לויט טייל פוסקים (שאלות ותשובות חתם סופר יורה דעה, סימן קצא; מעשה רב - הנהגות הגר"א זכר צדיק לברכה, סימן קפה) איז מען מקיים א מצוה מיט יעדע שטיקל מצה וואס מען עסט, דערפאר דארפן מיר זיין זייער פרייליך אז מיר זענען באשאפן געווארן מזרע ישראל; וואס וואלטן מיר געטון ווען מיר ווערן באשאפן גוים? אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אמאל ארום געגאנגען פסח זיך נאכפרעגן פון איין איד צום צווייטן צי ער האט פאר א ביסל ביר פאר אים, אלע האבן אים געענטפערט: "חס ושלום! ביר איז חמץ", האט ער געפרעגט: "אויב איך וועל דיר באצאלן דערפאר מער, צוויי מאל דער ווערד פון א פלעשל ביר וועסטו מיר יא געבן? האט מען אים ווידער געענטפערט: "ניין! ביר איז חמץ", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב – "איך דארף זייער וויכטיג א פלעשל ביר, איך בין אפילו גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", אבער יענער האלט זיך ביי דאס זייניגע און שרייט ווייטער אז ביר איז חמץ. איז ער צוגעגאנגען צו א גוי און אים געפרעגט צי ער האט אים צו פארקויפן זיידן, דעמאלט האט די רעגירונג נישט געלאזט האנדלען מיט זיידן, האט דער גוי געזאגט: "ניין, מען טאר נישט האנדלען מיט זיידן, מען קען באקומען פאר דעם תפיסה", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב – "איך דארף זייער וויכטיג האבן זיידן, איך בין גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", האט דער גוי געזאגט: "ווארט מיר דארט און דארט, איך וועל דיר ברענגען זיידן"; האט זיך דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו אנגערופן פארן באשעפער: "הייליגער באשעפער, קוק אן אידישע קינדער; דו שרייבסט אין די תורה (שמות יג, יז): "וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ", עס זענען נישט דא קיין פאליציי וואס קוקן דאס נאך, מיט דעם אלעם קען מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי קיין איין איד, (דברי הימים-א יז, כא): "מִי כְּעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ"".


היינט הייבן מיר אן א פרישע מסכת, "מסכת הוריות"; זע זיך מיט צו כאפן מיט אלע אנשי שלומינו וואס לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס א דף גמרא איז; דער חיד"א ברענגט אראפ אין ספר שם הגדולים (מערכת ספרים, אות ת) פון הגאון מוה"ר רבי שעפטל, א זון פון דעם הייליגן של"ה הקדוש, אז לימוד גמרא דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן תפילין; דערפאר, זיי נישט קיין בטלן און הייב אן היינט מסכת הוריות. עס איז א שיינע מסכת און מען ענדיגט דאס ביז צוויי וואכן. דאס זאל זיין ביי דיר אזוי שטארק אזוי ווי אנטון תפילין.


דאס אלעס שרייב איך דיר אום חול המועד ווייל דאס איז א דבר האבוד; עס איז א שאד אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג אן קיין לימוד התורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ה:): "תָּנוּ רַבָּנָן, שְׁלֹשָׁה - הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בוֹכֶה עֲלֵיהֶם בְּכָל יוֹם, עַל מִי שֶׁאֶפְשָׁר לַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה וְאֵינוֹ עוֹסֵק", אויף דריי מענטשן וויינט דער אייבערשטער כביכול יעדן טאג, צווישן זיי - אויף איינער וואס קען לערנען תורה און לערנט נישט; איז דאך זיכער אז פארקערט - ווען א מענטש לערנט יא תורה ווערט א גרויסע שמחה אויבן אין הימל אין אלע וועלטן.


דער רבי האט נישט געבראקט במשך דעם גאנצן יום טוב פסח, נאר אחרון של פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויסצוניצן די הייליגע טעג פון יום טוב נאנט צו ווערן מיטן אייבערשטן.