מכתב יומי
כח ניסן תשע"ט
May 03 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
חסדי השם אז היינט פארטאגס בין איך צוריקגעקומען פון ארץ ישראל; איך בין געפארן מיט אפאר בחורים תלמידי ישיבה צו קברי צדיקים מתפלל זיין, און איך האב אסאך געבעטן פאר דיר בפרטי פרטיות.
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; א איד האט זיך אמאל אויסגערעדט צום רבי'ן אויף זיין שווערע לעבן, ער האט געהאט אסאך טענות אויפן אייבערשטן, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנב): "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים קמה, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם און האט רחמנות אויף אלעמען.
טייערער חבר, זוך אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): "דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, און אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי מען זעט אין תהלים ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): 'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי', רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".
דעם שבת פירט מען זיך צו מאכן א שליסל אויף די חלה כדי צו געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די מפתח פון פרנסה איז אין די הענט פונעם אייבערשטן; מען טאר זיך נישט צעברעכן און זיך שפירן שולדיג ווען מען האט נישט קיין געלט, ווייל פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן. ביים שבת טיש זאלסטו דאס מסביר זיין פאר דיינע קינדער אז זיי זאלן וויסן אז געלט ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן.
שבת זענען מיר מסיים ירושלמי מסכת תרומה; וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן און כאפט אריין יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, דורכדעם בויט ער זיך א ב'י'ת' נצחי לנצח נצחים.
איך בין אפגעמאטערט פון די וועג, וועל איך דיר שרייבן נאך שבת מער באריכות פון אונזער נסיעה וואו מיר זענען אלץ געווען און די דיבורי התחזקות וואס מיר האבן גערעדט אין יעדן פלאץ.
א גוט שבת.