מכתב יומי
יט ניסן תשפ
April 13 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני ב', ג' דחול המועד, י"ט ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
חול המועד שרייבט מען נישט, אבער אויב איז עס א דבר האבד מעג מען יא שרייבן; היות עס איז נישט דא א גרעסערער דבר האבד ווי אז עס גייט אריבער א טאג אן לערנען און אן דאווענען וועל איך דיר שרייבן אפאר ווערטער דיר צו מחזק זיין אויף דעם.
חסדי השם יתברך מיר שטייען אין אזא הייליגע יום טוב, מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די הייליגע מצוות; אויסרוימען די חמץ, עסן די הייליגע מצה, טרינקען די ד' כוסות און אלע אנדערע מצוות און מנהגים. דאס וועט אונז אויסהיילן פון אלעם שלעכטס. סיי פיזיש; מיר וועלן האבן א רפואה שלימה און סיי גייסטיש; עס וועט אונז אויסקלארן דעם מח, מיר וועלן לעבן מיט א קלארקייט, מיר וועלן נישט זיין צעמישט וכו' וכו', מיר וועלן האבן א קלארע אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער זוהר הקדוש רופט אן די הייליגע מצה (פרשת בא, מא.): "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה.
זיי נישט צעבראכן ביי דיר ווען דו זעסט ווי עס גיין אריבער די טעג און יארן און דו שטייסט נאך אלץ ביים זעלבן פלאץ, דו רירסט זיך נישט קיין האר אין קדושה; נישט נאר דו גייסט נישט אריין אין די קדושה נאר דו ווערסט אלץ ווייטער און ווייטער וכו' וכו', דאך בעט איך דיר זאלסט נישט זיין צעבראכן און אויפגעבן, דערמאן זיך פון הייליגן רבי'ן וואס האט געשריגן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יִאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל; גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַאֵשׁ, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאן"; נאך האט דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; הייב אן פונדאסניי נאכאמאל דינען דעם אייבערשטן. גיי דאווענען און הייב אן נאכמאל דיינע שיעורים כסדרן; מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י, אין משניות און דער עיקר זאלסטו לערנען אסאך גמרא. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דאס וועט דיר ברענגען נענטער און נענטער צום אייבערשטן.
איך וויל דיר דערמאנען פונעם בלאט גמרא, היינט איז דער דף שבת לח; כאפ זיך מיט, נעם יעצט א גמרא און זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, דאס וועט דיר רייך מאכן.
איך געפון זיך יעצט אין קרית ברסלב ליבערטי, עס אז א הערליכע פלאץ; א הערליכע פלאץ מיין איך נישט די פאנאראמע, איך מיין דאס לעבן צווישן אנשי שלומינו; דאס אחדות, דאס ליבשאפט, דאס תמימות, דאס ריינקייט - ממש א חלום, עס זאל זיין אין ברסלב א ווינקל וואו מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן, וואו מען לעבט אן לצנות, אן קיין חכמות, מען לעבט מיט'ן רבי'ן, יעדע דיבור פון רבי'ן איז אויף למעשה, איך האב אזא נחת צו זיין דארט צווישן אנשי שלומינו. איך וועל זיין דארט אויך אויף די צווייטע טעג, נאכדעם וועל איך צוריק קומען קיין וויליאמסבורג.
א פרייליכן יום טוב.