מכתב יומי

כו תשרי תשע"ח

October 16 2017

  בעזהשי"ת


יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


מוצאי יום טוב נאך מעריב זע איך ווי עס קומען ארויף בחורים אין ישיבה, האב איך זיי געפרעגט: "וואס ווילט איר?" זאגן זיי אז זיי זענען געקומען צו דער נעילת החג טיש, זיי ווילן וויסן צי דא ווארפט מען אויך עפל? זאג איך זיי: "דא ווארפט דער רבי דפים גמרא מיט פרקים משניות"; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס פולט אונז אן מיט תורה ותפילה, ער דערמאנט אונז כסדר אז מיר זאלן נישט זיין קיין ארעמעלייט, ווייל א מענטש אן תורה איז אן ארימאן, און א מענטש אן אמונה איז אן אמת'ער עני ואביון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "אין עני אלא מן הדעת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; און מיר האבן היינט אינעם דף גמרא (סנהדרין צב.): "גדולה דעה, שכל מי שיש בו דעה כאילו נבנה בית המקדש בימיו", ווער עס האט שכל איז ביי אים שוין אזוי ווי משיח איז דא און די בית המקדש שטייט; ווייל דאס וועט מען זען אין בית המקדש, און דאס וועט אונז משיח אויסלערנען - אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס. דערפאר, ווער עס לעבט מיט אמונה, איז ביי אים אזוי ווי דער בית המקדש שטייט שוין.


דאס לערנט אונז דער רבי, ער געבט אונז שכל מיר זאלן שוין יעצט רעדן צום אייבערשטן, און מיר זאלן אריין כאפן יעדן טאג אביסל תורה.


איך בין פארנומען אנצוהייבן דעם נייעם זמן - די ישיבה, די חדר און די מיידל סקול, ממילא האב איך נישט קיין צייט מאריך צו זיין.


זיי געזונט און שטארק, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.