מכתב יומי

יז תשרי תשפ"ג

October 12 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' , י"ז תשרי, א' דחול המועד סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


חול המועד שרייבט מען נישט, אבער די פוסקים זאגן אז פאר א דבר האבד מעג מען יא שרייבן; עס איז נישטא א גרעסערע דבר האבד ווי דאס וואס איך וויל דיר שרייבן.


זאלסט זיך שטארקן מיט דיינע שיעורים כסדרן; ענדיג די וואך מעביר סדרה זיין די לעצטע סדרה, פרשת וזאת הברכה, און זונטאג - הושענא רבה - זאלסטו שוין אנהויבן חמשה חומשי תורה, פרשת בראשית; יעדן טאג די פרשה פאר'ן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אז דו וועסט זיין שטארק מיט'ן לערנען יעדן טאג חומש מיט'ן תרגום - וועסטו האבן אויסטערלישע הצלחה; אלע צדיקים האבן דאס געזאגט, אז חומש מיט'ן תרגום מיט רש"י ברענגט הצלחה ברוחניות און בגשמיות.


נאך א וויכטיגע זאך וויל איך דיר שרייבן, דאס איז אויך א דבר האבד, אויך אן ענין פון פיקוח נפש וואס מען מוז שרייבן חול המועד: זאלסט אויפהערן קריטיקירן דיין ווייב; זיי איר ענדערש מכבד, קוק גוט אויף איר, דער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) מיר מוזן האלטן טייער די ווייב.


באמת איז א שאד מיין שרייבן, ווייל עס איז תלוי אין דיין שמירת עיניים; כל זמן דו קוקסט עבירות און דו ביסט פוגם בברית - וועסטו זיך קריגן מיט איר, נאר אז דו וועסט אנהויבן זיך פירן בקדושה, דו וועסט היטן דיינע אויגן - נאר אזוי איז שייך צו האבן שלום בית. אז מען היט דעם אות ברית קודש, אנגעהויבן מיט די אויגן, מען היט די אויגן, מען קוקט נישט קיין עבירות, מען קוקט נישט קיין שום מאוויס, קליפס, בילדער און מען היט זיך פון פוגם זיין בברית - דעמאלט איז מען פרייליך, און אז מען איז פרייליך קען מען האבן שלום בית.


הער אויף קריטיקירן דיין ווייב, הער אויף מיט די שלעכטע מחשבות, צו טראכטן 'איך האב נישט גוט חתונה געהאט'; הער אויף מיט די דמיונות, דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט דיר געגעבן און זיי איר מכבד.


היינט נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען אין די סוכה אין ישיבה אין וויליאמסבורג צום הייליגן רבינ'ס יארצייט; דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז מיר ווייסן פון רבי'ן.


א גוט יום טוב.