מכתב יומי

יח אדר ב' תשע"ט

March 25 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, י"ח אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט האבן שיחות חברים; זיך מחזק זיין מיט א גוטער חבר ווייטער אנצוגיין מיט דיין עבודת השם.


יעדער מענטש דארף האבן שיחות חברים, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון אן אמת'ער צדיק וואס האט געזאגט, "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ – הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ, כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", אז ער האט נישט געהאט קיין חבר וואס זאל אים מחזק זיין און זאגן: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ"; ווייל אויב וואלט אים איינער געזאגט די ווערטער: "בְּרִידֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ", וואלט ער געקענט אסאך מער אנקומען בעבודת השם, אבער קיינער האט אים דאס נישט געזאגט; עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געמיינט מיט דעם זיך אליינס. זעט מען פון דעם אז אפילו דער גרעסטער צדיק דארף אויך האבן התחזקות.


דריי זיך מיט תלמידי היכל הקודש וואס רעדן פון רבי'ן און זייער עיקר דיבורים איז פון התחזקות און פון תכלית - וועט זיך אין דיר אויך עפעס אנקלעבן.


ווארט אויס און אנטלויף נישט פונעם אייבערשטן; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "יֵשׁ עִנְיָן שֶׁנִתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", אלעס וועט זיך איבערדרייען און עס וועט ארויס קומען נאר גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת שמיני, י"ח אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון רבי'ן און פון אזעלכע תלמידים; מיר האבן זוכה געווען צו האבן אין אונזער דור מוהרא"ש וואס ברענגט אריין אין אונז אזוי שטארק די אמונה, אז מיר זאלן זען מיט אונזערע אויגן ווי דער אייבערשטער העלפט אונז אלעמאל.


אז דו דארפסט א ישועה ארויס צו קריכן פון דיינע חובות זאלסטו טון וואס אלישע הנביא האט געטון ווען די פרוי איז געקומען וויינען צו אים ער זאל איר העלפן ארויס גיין פון אירע חובות, ער האט איר געפרעגט צי זי האט עפעס אויף וואס די ברכה זאל חל זיין און ער האט איר געהייסן צוזאמנעמען כלים פון די שכנים, און נאכדעם - (מלכים ב, ד): "וּבָאת וְסָגַרְתְּ הַדֶּלֶת בַּעֲדֵךְ וּבְעַד בָּנַיִךְ", - זאל זי פארשפארן די טיר פאר איר און אירע קינדער; זאגט מוהרא"ש אז ער האט איר אויסגעלערנט זי זאל זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן און זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אז ער האט קיינעם נישט אויף דער וועלט נאר דעם אייבערשטן, דעמאלט הייבט אן קומען גרויס שפע. אבער כל זמן מען מיינט אז מען האט נאך איינעם אויף דער וועלט דעמאלט קען די ברכה נישט חל זיין; זי האט געפאלגט און אזוי געטון און אלע כלים זענען אנגעפולט געווארן מיט אויל.


דאס זאלסטו אויך טון, "וּבָאת וְסָגַרְתְּ הַדֶּלֶת בַּעֲדֵךְ", גיי אריין אין א שטוב, פארמאך די טיר און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער איך האב גארנישט, העלף מיר איך זאל האבן שפע צו קענען לעבן", וועסטו זען ווי עס וועט אריין קומען די ברכה ביי דיר אין שטוב, דו וועסט האבן פאר דיר און פאר דיין ווייב און קינדער ואן דו וועסט ארויס גיין פון אלע דיינע חובות.


זע צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג; פארצייל זיי פון דיינע קינדער וכו' וועסטו האבן א גרויסע מצוה. מחי' זיין א איד איז זייער א גרויסע מצוה, בפרט א טאטע מאמע אז מען איז מחי' - איז מען זוכה צו געבענטשטע טעג.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האט צוריק אנגעהויבן צו בויען דעם בנין אין אומאן; איך האף צום אייבערשטן אז דער בנין וועט אט אט ווערן פארטיג בזכות די געטרייע תלמידי היכל הקודש וואס ווילן ממשיך זיין דעם וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערענט, זיך צו האלטן צוזאמען מיט ליבשאפט.


איך וועל דיר שיקן בילדער דו זאלסט זען ווי מען בויעט און זען וואו דיין געלט גייט.