מכתב יומי

יט אדר תשע"ח

March 06 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געדענק גוט אז צו זיין א ברסלב'ער חסיד דארף מען טון וואס דער רבי האט געהייסן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אלע יארן געשריבן און געזאגט: "ווער האט א שייכות מיטן רבי'ן? נאר דער וואס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אלעס אנדערש איז הבל הבלים". דער רבי האט אונז איבערגעלאזט פינף הייליגע ספרים; ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המידות און סיפורי מעשיות. אז מיר וועלן דאס לערנען און פאלגן וואס שטייט דארט, וועלן מיר זיין ערליכע אידן.


ליידער ליידן מיר זייער שטארק פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך "נ' נח'"; מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און דאס מאכט אז מענטשן זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קומען צום רבי'ן. ווען עלטערן דערוויסן זיך אז זייער קינד פארט קיין אומאן וכו' רודפ'ט מען דאס קינד אדער קינדער עד לחרמה, מען טיילט אפ משפחות איינער פון צווייטן, עלטערן קומען נישט צו קיין שמחות פון זייערע קינדער וכו' וכו'. דאס אלעס קומט אלץ רעזולטאט פון דעם וואס מען מיינט אז ברסלב איז א צעווילדעוועטע זאך וכו'.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים אדער אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב ווייל איבעראל זענען דא עזות פנימ'ער.


פורים קען מען זען ווי חסיד'ישע בחורים גייען אנגעטון מיט ווייסע קאפלעך וואס טראגט דעם אויפשריפט: "נ' נח' וכו'"; דאס איז א מורא'דיגע בזיון פארן רבי'ן און דאס פארשעמט דעם רבי'ן. עס איז זייער א גרויסער עבירה צו טראגן אזא מלבוש ווייל דורכדעם איז מען מבזה דעם הייליגן רבי'ן וכו' און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "כָּל הַמְבַזֶּה תַּלְמִיד חָכָם אֵין לוֹ רְפוּאָה לְמַכָּתוֹ", איינער וואס איז מבזה א תלמיד חכם העלפט נישט פאר אים קיין תשובה.


איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן פון די בחורים פון ישיבה אז ווען זיי האבן געזען איינעם מיט אזא קאפל זענען זיי שיין צוגעגאנגען צו יענעם און געבעטן מיט שיינעם אז ער זאל עס אויסטון ווייל דאס פארשעמט דעם הייליגן רבי'ן.


די גאנצע אנשיקעניש פון "נ' נח'" קומט פונעם ס"מ; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט דער ס"מ געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער, זיי האבן געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה; דאס איז די עצה פונעם ס"מ - ער לאכט אפ פון רבי'ן, דאס איז דער אלטיטשקער וואס איז מיטגעקומען מיטן ס"מ און געלאכט, זאגנדיג אז זיי האבן שוין אן עצה. זיי וועלן חוזק מאכן פון רבי'ן, מען וועט מאכן א משוגעת פון "נ' נח'", מען וועט לאכן וכו'; אזוי וועלן אלע מורא האבן פון ברסלב.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט וואס דער רבי לערנט זיינע מענטשן - וואלטן אלע געטריבן די קינדער צום רבי'ן; יעדע טאטע מאמע וואלטן זיך געוואונטשן אז זייערע קינדער זאלן אנקומען צום הייליגן רבי'ן. דער רבי איז אן אוצר פון יראת שמים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; דער רבי לערנט אויס דרך ארץ ומדות טובות; דער רבי לערנט אויס שלום בית - מען זאל מכבד זיין די ווייב; דער רבי איז מחזק א מענטש צו לערנען און דאווענען יעדן טאג; דאס איז ברסלב - גארנישט עפעס אנדערש.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אונז שטענדיג זאגן: "ווען א מענטש וויל זען צי ער איז מקושר צום רבי'ן, זאל ער זיך מאכן א חשבון וויפיל ער רעדט צום אייבערשטן, וויפיל ער איז עוסק אין התבודדות"; אויב רעדט מען נישט צום אייבערשטן איז א סימן אז מען נארט זיך. ווייל ווען א מענטש איז מקורב צום צדיק, ער הערט אויס זיינע ווערטער און זיינע עצות, עפענט זיך אויף זיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ס): "פארוואס רעדט נישט א מענטש צום אייבערשטן? ווייל מען איז טויב, מען הערט נישט דעם קול פונעם צדיק". דער רבי טייטשט מיט דעם די משנה (תרומות א, ג): "סְתָם חֶרֶשׁ - שֶׁאֵינוֹ שׁוֹמֵעַ וְאֵינוֹ מְדַבֵּר", זאגט דער רבי, פארוואס רעדט נישט א מענטש צום אייבערשטן, פארוואס איז ער אן "אֵינוֹ מְדַבֵּר?" דערפאר וואס ער איז אן "אֵינוֹ שׁוֹמֵעַ" - ער הערט נישט דעם קול פונעם צדיק, דערפאר רעדט ער נישט צום אייבערשטן.


דאס איז די גאנצע זאך פון ברסלב, איין ווארט: "התבודדות!" רעדט צום אייבערשטן אויף דיין שפראך; עס איז נישט דא א ספיציעלער לבוש אין ברסלב מיט וואס זיך צו אידענטיפיצירן וואס אלע דארפן דאס טראגן; עס איז נישט דא א ספעציעלע סארט עסן אין ברסלב וואס אלע דארפן דאס עסן; עס איז נישט דא א נוסח אין ברסלב וואס אלע דארפן דאווענען אויף דעם נוסח; דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך מיש זיך נישט אין נוסח", (חוץ איין זאך אין נוסח האט דער רבי יא געזאגט: "פונקט אזוי ווי מען הייבט אן פסוקי דזמרה [ביי ברוך שאמר] מיט די ווערטער 'חי העולמים', דארף מען אויך מסיים זיין פסוקי דזמרה מיט די ווערטער [מלך יחיד] 'חי העולמים').


ביי אנדערע מקומות דארפן אלע גיין אזוי און אזוי אנגעטון און דאס און דאס עסט מען וכו' וכו'; דער רבי וויל נאר איין זאך: "רעד צום אייבערשטן און פארצייל פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט איבער אויף דיר".


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה", דורך תפילה ווערט א מענטש צוגעקלעבט צום אייבערשטן. תפילה איז א לשון פון באהעפטן, אזוי ווי רש"י זאגט אויפן פסוק (בראשית ל, ח): "נַפְתּוּלֵי אֱלֹהִים נִפְתַּלְתִּי עִם אֲחֹתִי גַּם יָכֹלְתִּי"; ווייל עס איז נישט דא א זאך וואס זאל מחבר זיין איינעם צום צווייטן אזוי ווי רעדן. מען זעט אז ווען איינער איז ברוגז אויף א צווייטן, וואס איז די ערשטע זאך וואס זיי הערן אויף? זיי הערן אויף צו 'רעדן' איינער מיטן צווייטן, ווייל דאס איז מחבר איינעם צום צווייטן. אזוי אויך ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן איז ער כביכול איינס מיטן אייבערשטן, אבער אז מען רעדט נישט צום אייבערשטן נארט מען זיך גוט אפ.


ברודער, מיר זענען געקומען צום רבי'ן - יעדער איינער מיט זיינע מניעות וואס מען איז אריבער; יעצט אז מען איז שוין דא ביים טיר פון רבי'ן, דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן. איך בעט דיר פאלג מיר; נעם דיר אפאר מינוט און שמועס זיך אויס צום הייליגן באשעפער, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער, גיי יעצט אין א זייט, פארמאך דיינע אויגן און זאג: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל לעבן מיט אמונה, איך וויל זיין זיכער מיט דיר, איך וויל נישט האבן קיין ספיקות און בלבולים"; אזוי זאלסטו מאריך זיין בדיבור, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך לויף אריין צו די בחורים.