מכתב יומי
יט אדר תשפ
March 15 2020
‹ ›[די פרויען און ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די גאנצע וועלט לעבט יעצט אין א שרעק פון די קרענק וואס דריידט זיך ארום; מענטשן ווייסן נישט וואס צו טון, מענטשן באהאלטן זיך, מען פרעגט: "וואס טוט מען?"
אז דו ווילסט זיך ראטעווען פון די קאראנע-וויירוס איז דא איין וועג, פון היינט זאלסטו יעדן טאג לערנען דעם בלאט גמרא. חכמינו זכרונו לברכה זאגן (כתובות עז:): רבי יהושע בן לוי פלעגט נעמען קראנקע מענטשן וואס מען קען איבערכאפן פון זיי די שלעכטע קרענק, ער פלעגט זיך ארום נעמען מיט זיי און לערנען מיט זיי תורה, מען האט אים געפרעגט: 'היתכן ער האט נישט מורא פון די קרענק?' האט דער הייליגע אמורא רבי יהושע בן לוי געזאגט: "איך האב נישט מורא אנצוכאפן די קראנקע מענטשן, ווייל עס שטייט (משלי ה, יט): 'אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן', ווער עס לערנט תורה באקומט חֵן, 'אִם חֵן מַעֲלֶה עַל לוֹמְדֶיהָ, אֲגוּנֵי לֹא מַגָּנָא?!' אויב באקומט מען חֵן, איז דאך זיכער אז עס היט אפ פון אלע קרענק".
זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג תורה; אפילו עס דרייען זיך ארום מענטשן וואס האבן אן איינגעשטעלטע קרענק וואס מען קען עס איבער כאפן איינער פון צווייטן, עד כדי כך אז רבי יוחנן האט אויסגערופן (כתובות, שם): "געבט אכטונג פון די פליגן וואס זענען געווען ביי די מענטשן וואס האבן די קרענק 'בַּעֲלֵי רָאַתָן'"; רבי זירא איז נישט געזיצן אויף די זייט וואו די ווינט בלאזט, אויב זענען דארט געווען מענטשן מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; רבי אליעזר איז נישט אריין אין א הויז אויב איז דארט געווען מענטשן מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; רבי אמי און רבי אסי האבן נישט געקויפט אייער וואס מען האט פארקויפט אויף א גאס וואס דארט איז דא א מענטש מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; מיט דעם אלעם האט דער הייליגע אמורא רבי יהושע בן לוי געזאגט: "איך האב נישט מורא אנצוכאפן די קראנקע מענטשן און לערנען מיט זיי תורה".
אנשטאט לעבן מיט שרעק נעם ענדערש די רפואה פאר די שרעק; נעם די בלעטער גמרא, דאס וועט דיר ראטעווען פון די קרענק; דאס וועט אונז ברענגען אלעס גוטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
ווערטס נישט דערשראקן פון פסח'דיג מאכן; פון יעצט ביז פסח איז נאך דא גענוג צייט אויסצורוימען דעם חמץ און אריין ברענגען דעם פסח. מאכטס א פלאן וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט וויכטיג, וואס צו טון קודם און וואס האט צייט שפעטער, וועט איר זען ווי גרינג עס וועט אייך אנקומען אריין צו ברענגען דעם פסח.
דער אייבערשטער זאל אייך שיקן מלאכים זיי זאלן אייך העלפן פסח'דיג מאכן, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א כשר'ע יום טוב פסח.
~~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
יעצט ווען אלע זענען דערשראקן צום טויט פון די מחלה פון קאראנע וואס גייט ארום אין די וועלט; מענטשן שפאַרן זיך איין אין שטוב, מען לעבט אין שרעק, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה. חזר אמונה מיט זיך אליינס; חזר זיך די ערשטע אני מאמין, זאג הויך אויפ'ן קול: "אֲנִי מַאֲמִין - איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה - מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא - אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים - ער פירט די וועלט, וְהוּא לְבַדּוֹ - און נאר ער אליין, עָשָׂה - האט אלעס געטון, וְעוֹשֶׂה - און ער טוט אלעס, וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים - און וועט אלעס טון".
עס איז באוואוסט אז דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן די דרייצן אֲנִי מַאֲמִין'ס עטליכע מאל א טאג, ער פלעגט דאס זאגן אין אידיש: "אֲנִי מַאֲמִין - איך גלייב", און ער פלעגט דאס זאגן מיט זיין נאמען: "חיים גלייבט, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה - שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים, אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און ער פירט די וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס און וועט אלעס טון"; אזוי האט דער הייליגער צדיק זיך גע'חזר'ט אפאר מאל א טאג די אמונה. הלואי זאלן מיר זאגן די דרייצן "אֲנִי מַאֲמִין'ס" איין מאל א טאג; ווייל ווי מער מען חזר'ט די אמונה ווערט עס מער און מער אריין געקריצט אינעם מענטש.
נאר אמונה וועט אונז היילן, נאר אמונה וועט אוועק נעמען די שרעקליכע מחלה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות.
זיי מחזק דיין ווייב און קינדער; ליין זיי פאָר דעם בריוו. אנשטאט צו הערן טאג און נאכט די נייעס זאלסטו אנצינדן אין שטוב ניגוני אמונה, דאס וועט בארואיגן די גאנצע שטוב, עס וועט אוועק נעמען אלע פחדים.
די נייעס ווארפט א שרעק, עס פעלט נישט אויס דאס צו הערן טאג און נאכט; ענדערש רעד און הער דיבורי אמונה, וועסטו נישט האבן קיין שום פחד.