מכתב יומי

יח אייר תשע"ח

May 03 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג; אפילו די וואס זענען נישט זוכה צו זיין ביי רבי שמעון אין מירון קענען היינט פועל'ן גרויסע ישועות. מען קען זיך מקשר זיין מיט א צדיק וואו מען געפונט זיך נאר, ווייל די קדושה פונעם צדיק איז אין די גאנצע וועלט. מען קען פועל'ן גרויסע ישועות אינעם היינטיגן טאג; מען בעט דעם אייבערשטן וואס מען דארף, אז בזכות דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי זאל מען זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.


בפרט אז מען איז זוכה צו לערנען די ספרים פון א צדיק איז אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפן ציון פונעם צדיק; דער הייליגער מאור עינים זכותו יגן עלינו זאגט (ישמח לב, מסכת שבת) אז אויב מען לערנט א ספר פון א צדיק איז כאילו מען איז יעצט ביים צדיק און ער הערט אויס וואס מען בעט; דעריבער איז היינט א פאסיגע צייט צו מאכן אן התחלה אנצוהייבן לערנען דעם ספר זוהר הקדוש און דעם ספר תיקוני זוהר, און בשעת מען זאגט די הייליגע ווערטער פונעם זוהר בעט מען דעם אייבערשטן אלעס וואס דרוקט אויפן הארץ, אזוי וועט מען זיכער פועל'ן ישועות.


א איד איז געקומען צום הייליגן אריז"ל בעטן א תיקון אויף זיינע עבירות; דער איד איז שוין נעבעך געווען איינגעזינקען אין שאול תחתית ומתחתיו, ער האט עובר געווען אויף כריתות ומיתות בית דין רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער אריז"ל געגעבן א תיקון ער זאל יעדן טאג זאגן פינף דפים תיקוני זוהר, דער איד האט דאס מקיים געווען און איז געווארן א בעל תשובה און א גרויסער צדיק; ווייל די ווערטער פון זוהר איז אזוי הייליג אז דער מענטש וואס זאגט נאר די ווערטער ווערט אינגאנצן טהור.


ברידער טייערער, ווען וועסטו זיך אויפוועקן פון דיין טיפן שלאף?! דו שלאפסט א טיפע שלאף! די בת מלך האלט דיר אין איין אויפוועקן אבער מען קען דיר נישט דערוועקן, זי קלאגט און וויינט; זי זאגט: "עס איז א גרויס רחמנות אויף דיר און אויף מיר, באשר אזא לאנגע צייט וואס דו ווילסט מיר ארויס נעמען פון דא, און פון איין טאג וועגן האסטו אלעס פארלוירן", דו האסט אריין געביסן אינעם עפל און דו ליגסט אינגאנצן חלשות; ליכא מידי דלא רמיזא, דער רבי כאפט אן אן "עפל" (סיפורי מעשיות מעשה א, מאבידת בת מלך) דאס גייט ארויף אויף די היינטיגע שלעכטע כלים פון די קאמפאני "עפל", וואס ווער עס בייסט אריין אין דעם פאלט אראפ חלשות; אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען היט זיך נישט די מחשבה פאלט מען אראפ אין מען שלאפט, מען פארלירט דעם הארץ צו דאווענען און צו לערנען, מען פארלירט אלעס, אבער דער צדיק האט דאך רחמנות אויף אונז און ער וועקט אונז, דער רבי וועקט אונז אויף, ער לאזט נישט שלאפן, ער בעט זיך: "שטיי אויף! ליג נישט אין דיין מרה שחורה! נעם א חומש, נעם א משניות, נעם א גמרא, הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועסטו געראטעוועט ווערן פון אלעם שלעכטס".


איך בעט דיר טייערער חבר, היינט איז א טאג וואס מען קען פועל'ן גרויסע זאכן, מען קען זיך מטהר זיין, מען קען ווערן ריין; אבער ווען מען גייט אין מקוה זיך מטהר זיין דארף מען אפלאזן דעם שרץ, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", א מענטש וואס האלט אן א טויטע שרץ העלפט נישט קיין מקוה, אפילו אויב א מענטש טובל'ט זיך ווערט ער ריין, אבער אויב ער האלט אן דעם טויטן שרץ ווערט ער נישט ריין; בעט איך דיר: "ווארף אוועק דעם שרץ, דעם שמוציגן כלי וואס דו קוקסט אויף דעם שמוץ און ניאוף, דאס איז דער טויטע 'מייז'; ווייל ווי לאנג דו ווילסט נישט אפלאזן דעם טויטן מייז קענסטו זיך נישט רייניגן".


היינט מאך דיין גוטע החלטה; בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, ווארף אוועק דיין כלי וואס דו קוקסט דערויף שמוץ. לאז אפ דיינע שלעכטע חברים וואס מאכן ליצנות פון צדיקים און פון די תורה, לאז אפ אלע שלעכטע קשרים; היינט איז א פייער'דיגע טאג, א הייליגע טאג, היינט קען מען פועל'ן גרויסע זאכן. דער עיקר וואס מיר דארפן פועל'ן מיר זאל שוין פטור ווערן פון דעם יצר הרע וואס לאזט אונז נישט אפ, בעט דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין ערליך, העלף מיר איך זאל אפלאזן אלע מיינע שלעכטע מעשים, העלף מיר איך זאל זיין אן ערליכער איד. געב מיר כח איך זאל זיך קענען שטארקן און אפלאזן אלע מיינע שלעכטע געוואוינהייטן.


רבונו של עולם היינט איז ל"ג בעומר, א הייליגע טאג; איך וויל האבן א שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי, איך וויל אויך זיין א צדיק, אבער עס איז מיר אזוי שווער. העלף מיר איך זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אפלאזן מיינע אלטע מעשים; יעדע מאל איך מאך אפ אז איך גיי זיין גוט, זע איך מיר נאכדעם צוריק אין מיינע אלטע שמוץ, ממש כְּכֶלֶב שָׁב אֶל קִיאוֹ, ווי א הינט וואס גייט צוריק צו זיין ברעכאכץ. איך ווייס אז די אלע זאכן וואס איך טו איז נישט גוט, אבער איך שפיר ווי איך בין פארקנעכטעט צו דעם, ווי הייב איך אן? וואס טו איך דא?!


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען אביסל חומש, משניות, גמרא און הלכה; העלף מיר איך זאל זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. באשעפער איך וויל זיין גוט, אבער איך פאל כסדר צוריק. העלף אז בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי און בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, זאלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות און איך זאל ארויס גיין פון מיין אייגענע גלות, אמן."


אזוי זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו ווערן ריין און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.