מכתב יומי

יח אייר תשפ

May 12 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר-בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


היינט האב איך א טאג פון שמחות, חסדי השם יתברך! מיין זון ר' שלמה נרו יאיר האט היינט געמאכט א ברית, ער האט א נאמען געגעבן נחמן נתן נאכן רבי'ן און רבי נתן; מָה אָשִׁיב לַה' כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי. נאך א שמחה איז היינט ביי מיר, איך האב געמאכט פיאות פאר מיין זון יוסף נרו יאיר. און ועל כולם נאך א גרויסע שמחה איז היינט אין ישיבה, עס איז דא נאך א חתונה אין ישיבה.


ביי מיר איז די חתונה זייער א גרויסע שמחה, מען האלט שוין ביי די דרייצנטע חתונה אין בית המדרש, דער חלום פון מוהרא"ש איז מקוים געווארן; דאס וואס מוהרא"ש האט געבלוטיגט אזויפיל יארן ווערט יעצט מקוים. עס איז דא א נייע דור פון בחורים און מיידלעך וואס ווילן גארנישט, זיי דארפן נישט קיין געמאכטע פאלשע לעבן, זיי ווילן טון וואס איז ריכטיג, זיי ווילן חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, זיי ווילן לעבן אן ערליכע לעבן, זיי זענען וויליג חתונה צו האבן פשוט, איידל און באשיידן אין בית המדרש אזוי ווי מען האט חתונה געהאט במשך אלע דורות ביי אידישע קינדער.


היינט נאכט איז די דרייצנטע חתונה אין ישיבה, דאס איז ביי מיר די גרעסטע שמחה; אז מיר קענען טון דעם ווילן פון מוהרא"ש, עלטערן זאלן קענען לעבן און נישט ווערן אלט און קראנק פון חתונה מאכן די קינדער.


איך האב צוגעזאגט פאר אלע תלמידים ותלמידות, ווער עס וועט חתונה האבן אין בית המדרש וועט זוכה זיין צו ערליכע דורות; דאס איז נישט מיין ברכה דאס איז בכח מוהרא"ש וואס האט זיין גאנץ לעבן אריין געברענגט קדושה וטהרה ביי אידישע קינדער און ער ברענגט נאך אלץ אריין קדושה וטהרה ביי אידישע קינדער.


דאס אז אונזערע קינדער זענען וויליג חתונה צו האבן אויף א פשוט'ע, איידעלע און באשיידענע וועג, דאס איז נאר ווייל מיר האבן איבערגעגעבענע מלמדים פאר די קינדער און בחורים און איבערגעגעבענע לערערינס פאר די מיידלעך - וואס ברענגען אויף די קינדער, זיי זענען מחנך די קינדער צו וויסן וואס דער לעבן איז, וואס מען זאל וועלן און וואס מען זאל ערווארטן; נאר אזוי קענען מיר דאס באווייזן. דערפאר איז דא אזויפיל מניעות און אזויפיל הסתרות צו קענען שיקן די קינדער אין די מוסדות, ווייל איינמאל די קינדער באקומען דעם ריכטיגן חינוך, דעם ריכטיגן צוגאנג צום לעבן - איז דער לעבן גאר אנדערש.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שמחות ביי אידישע קינדער, מען זאל זיך קענען פרייען איינער מיט'ן צווייטן.