מכתב יומי

יט אלול תשע"ז

September 10 2017

בעזרת השם יתברך


יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, דער רבי לערנט מיט אונז דאס וואס משיח וועט לערנען מיט אונז, אזוי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, נאר איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה, און יעצט איז נאך דא די בחירה".


משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיקייט אין די וועלט אז יעדער איינער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, און מען וועט רעדן צום אייבערשטן, יעדער איינער וואס ער דארף; אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן".


דאס טוט שוין דער רבי מיט אונז יעצט; דער רבי ברענגט אריין און אונז אזא געטליכקייט און אזא ליכטיגקייט אז מיר שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אונז ביי אונז און נעבן אונז, און אז מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט אונז ביי אונז און נעבן אונז, רעדן מיר שוין יעצט צום אייבערשטן. דערפאר זענען מענטשן זייער מזלזל אין הייליגן רבי'ן, מען פארשטייט נישט וואס ברסלב איז, ווייל אן א צדיק איז מען נאך טיף אין גלות, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט, ווען א מענטש האט אמונה אינעם אייבערשטן, איז ער זוכה אז עס עפענען זיך אויף פאר אים אלע הימלען, אזוי ווי עס שטייט ביי יחזקאל הנביא (יחזקאל א, א) וואס ער האט זוכה געווען צו "נִפְתְּחוּ הַשָּׁמַיִם, וָאֶרְאֶה מַרְאוֹת אֱלֹקִים", און די ראשי תיבות פון נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹהִים איז 'אמונה'; אז ווען א מענטש איז זוכה צו האבן א ריינע אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און סיי וואס עס גייט אריבער אויף אים ווייסט ער אז אלעס איז דער אייבערשטער, איז ער זוכה צו אלע מדריגות.


דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער נעמט אזעלכע קליינע מענטשן ווי מיר זענען, מענטשן וואס זענען נאך זייער ווייט פון אלע קדושות וכו', און ער מאכט אז מיר זאלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים. דערפאר דארפן מיר זייער פרייליך זיין אז מיר האבן אזא רבי, און מיר פאלגן זיינע עצות.


מיר שטייען שוין א וואך פאר ראש השנה, יעדער זוכט ווי אזוי מען קען פארעכטן אלע שלעכטע מעשים, מען זוכט עצות ווי אזוי מען קען ווערן נענטער צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ, מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, וְאָמַר שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, וְאָמַר בְּזוּ הַלָשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען", און נאך האט דער רבי געזאגט ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, און ער וועט ווערן אן ערליכע איד; מען זעט בגשמיות, ווען א מענטש האט פארשטאפטע אדערן רחמנא לצלן, און די בלוט קען נישט אנקומען צום הארץ, כאפט מען א הארץ אטאקע ה' ירחם, מען דארף זוכן א גוטן דאקטער וואס קען אויפשטאפן אלע פארשטאפטע אדערן וכו', אזוי אויך דארף א מענטש זוכן און זיך נעמען א צדיק וואס דער צדיק איז דער דאקטער אויסצוהיילן דעם מענטש אז דער מענטש זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


ר' נתן האט געזאגט פאר זיין הסתלקות: "אפילו דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן אין רבי'ן, וועט ער האבן א תיקון"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט א כח צו העלפן יעדן איינעם.


מיר האבן זוכה געווען צו האבן אין אונזער דור מוהרא"ש, וואס ער האט גענומען אלע ספרים פון רבי'ן און עס אזוי שיין אראפגעלייגט פאר אונז, אז מיר זאלן קענען ארויסנעמען פון יעדע שיחה און פון יעדע תורה פון רבי'ן התחזקות און עצות אויף א גרינגע וועג; ווער עס לערנט "אשר בנחל" דארף שוין נישט קיין התחזקות פון קיינעם, ווייל דער ספר האט אזא כח, עס וועקט אויף יעדן מענטש פון שלאף.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך באנייען און אנהייבן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד און תשובה טון און פארעכטן אלע נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.