מכתב יומי

יט אלול תשע"ח

August 30 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן היינט אנגעהויבן סקול, אריינגייענדיג אין די אכטע יאר פון בית פיגא.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן א בריוו (אשר בנחל אידיש, מכתב שסו) איך זאל עפענען א סקול; איך שיק דיר דא דעם גאנצן בריוו:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ב' לְסֵדֶר נֹחַ, כ"ו תִּשְׁרֵי ה'תשע"ב


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר


אַזוֹי וִוי עֶס אִיז גֶעקוּמֶען צוּ מִיר הַיינְט צְוֵויי עֶלְטֶערְן וָואס זֵיי הָאבְּן טֶעכְטֶער אוּן קֵיינֶער וִויל זֵיי נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען לֶערְנֶען אִין זֵייעֶר סְקוּל, וַוייל זֵיי זָאגְן זֵייעֶרֶע אִינְגְלֶעךְ לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ אַ רֶמֶז פוּן הִימְל אַז מֶען דַארְף אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, הֵן אֱמֶת סְ'אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ הַאלְטְן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה מִיט אַ גַאנְצֶע סְטֶעף מְלַמְדִים, אָבֶּער אַזוֹי וִוי עֶטְץ הָאטְס גֶעהַאט נִסִים וְנִפְלָאוֹת אַ גַאנְץ יָאר, הַאלְט אִיךְ זִיכֶער וֶועט אִיר מִיט דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אוֹיכֶעט הָאבְּן נִסִים וְנִפְלָאוֹת.


מֶען דַארְף בַּיים אָנְפַאנְג נִישְׁט נֶעמֶען קַיין מְנַהֶלֶת וְכוּ', נָאר אֵיין אָדֶער צְוֵויי פְרוֹיעֶן וָואס זֵיי זָאלְן זַיין דִי לֶערֶערִינְ'ס, מֶען בַּאצָאלְט זֵיי אַרוּם דְרֵיי הוּנְדֶערְט פוּפְצִיג דָאלֶער אַ וָואךְ, אוּן זֵיי וֶועלְן לֶערְנֶען מִיט דִי פָּאר מֵיידְלֶעךְ הֲלָכוֹת, אוּן שְׁרַייבְּן, אוּן רֶעכֶענֶען, אוּן שְׁפְּרַאךְ, וְכוּ', וְכוּ', אוּן אַזוֹי וֶועט זִיךְ אָנְהֵייבְּן דִי מֵיידְל שׁוּלֶע.


עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן זַיין מֵיידְל שׁוּלֶע "בֵּית רָחֵל" מִיט צְוֵויי תַּלְמִידוֹת, אוּן עֶס אִיז צוּאוַואקְסְן גֶעוָוארְן אַ גַאנְצֶע אִימְפֶּערִיֶע, קָרוֹב צוּ צֶען טוֹיזְנְט מֵיידְלֶעךְ כֵּן יִרְבּוּ, דָאס אִיז מְקוּבָּל פוּן צַדִיקִים אַז יֶעדֶע זַאךְ וָואס מֶען טוּט מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן מִיט אֱמֶת, הָאט הַצְלָחָה, אָבֶּער אוֹיבּ אֵיינֶער הָאט אִינְזִינֶען זִיךְ וְכוּ', יֵשׁוּת וְכוּ', פִּרְסוּם וְכוּ', אִיז צוּם סוֹף פַאלְט דָאס אַוֶועק אוּן סְ'וֶוערְט בָּטוּל וּמְבוּטָל כְּעַפְרָא דְאַרְעָא, אִיבֶּערְדֶעם וַוייל קַיין שׁוּם מוֹסָד וִויל נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען אוּנְזֶערֶע טֶעכְטֶער, וַוייל זֵייעֶרֶע זִין לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ נִישְׁט קַיין אַנְדֶערֶע עֵצָה, נָאר אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, מֶען דַארְף אָנְהֵייבְּן מִיט קְלֵיינֶעם, נִישְׁט מִיט קַיין גְרוֹיסְן סְטֶעף, וֶועט מֶען הָאבְּן גְרוֹיס הַצְלָחָה.


אִיךְ בֶּעט דִיךְ זֵייעֶר דוּ זָאלְסְט זִיךְ זֶען מְבַטֵל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן זָאלְסְט גוּט גֶעדֶענְקֶען, כָּל זְמַן מֶען הָאט זִיךְ אִינְזִינֶען וְכוּ' וֶוערְט לֶעכֶער פוּן אַלֶע זַייטְן וְכוּ', אוּן עֶס רִינֶען אַרוֹיס דִי הַשְׁפָּעוֹת וְכוּ', אוּן מֶען וֶוערְט פַארְפְּלָאנְטֶערְט אִין אַלֶע עֶרְלֵיי פַארְפְּלָאנְטֶערְנִישְׁן, אָבֶּער וֶוען אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר אִיז זִיךְ אִינְגַאנְצְן מְבַטֵל צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר וִויל גָארְנִישְׁט נָאר טוּן דֶעם רָצוֹן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, דֶער הָאט נִישְׁט קַיין מוֹרָא פוּן קַיין מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן דָאס קֶען זַיין דִי כַּוָנָה וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין דִי וָואכֶעדִיגֶע סֶדְרָה (בְּרֵאשִׁית ו', ט') "אֶת הָאֶלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ" נֹחַ אִיז גֶעגַאנְגֶען נָאר מִיטְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אִיבֶּערְדֶעם הָאט עֶר נִישְׁט מוֹרָא גֶעהַאט פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט.


עֶס הָאט מִיר דֶערְצֵיילְט, פַאר אִיבֶּער פוּפְצִיג יָאר צוּרִיק, אַ בָּחוּר וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אֵיינְמָאל אִין מִירוֹן בַּיים תַּנָא רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן דֶעמָאלְט אִיז נָאךְ גֶעוֶוען דָארְטְן אַ וִויסְטֶענִישׁ, עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ וִוינְטֶער נַאכְט, אוּן קַיין נֶפֶשׁ חַיָה אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען בַּיים צִיוּן, נָאר דֶער גְרוֹיסֶער צַדִיק רַבִּי שְׁמוּאֵל הוֹרְוִויץ זי"ע וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ וואוּנְדֶערְלִיכֶער מֶענְטְשׁ, נָאכְדֶעם וָואס עֶר הָאט אוֹיסְגֶעזָאגְט גַאנְץ תְּהִלִים בַּיים צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי הָאט עֶר זִיךְ גֶעוָואנְדֶען צוּ דֶעם בָּחוּר, "קוּם מִיט מִיר אַרוֹיס צְוִוישְׁן דִי בֶּערְג זִיךְ מִתְבּוֹדֵד זַיין", אוּן דֶער בָּחוּר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרוֹיסְצוּגֵיין מִיט אִים, עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁטָאק פִינְסְטֶער, אוּן וִוי זֵיי הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרָאפְּצוּגֵיין צוּ דִי זַייט פוּן דִי מְעָרָה שֶׁל הִלֵל, הָאט דֶער בָּחוּר זִיךְ אָנְגֶערוּפְן אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט, "רַבִּי שְׁמוּאֵל, אִיךְ הָאבּ מוֹרָא וַוייטֶער מַמְשִׁיךְ צוּ זַיין", (וַוייל עֶס אִיז גֶעוֶוען אַזוֹי פִינְסְטֶער הָאט עֶר מִיךְ דֶערְצֵיילְט, אַז אֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעזֶען דֶעם אַנְדֶערְן, אוּן עֶר הָאט פָּשׁוּט גֶעצִיטֶערְט) הָאט אִים רַבִּי שְׁמוּאֵל גֶעעֶנְטְפֶערְט מִיט דִי וֶוערְטֶער, "מֶען דַארְף זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּערְגֶעבְּן פַארְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים דֶעמָאלְט הָאט מֶען פוּן גָארְנִישְׁט קַיין מוֹרָא" (אָבֶּער דֶער בָּחוּר הָאט מִיךְ דֶערְצֵיילְט אַז עֶס הָאט אִים אָנְגֶעכַאפְּט אַזַא מִין שְׁרֶעק אַז עֶר אִיז צוּרִיק גֶעלָאפְן צוּם צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן עֶר אִיז דָארְטְן גֶעבְּלִיבְּן אַ גַאנְצֶע נַאכְט אוּן גֶעצִיטֶערְט וְכוּ' וְכוּ',) אוּן רַבִּי שְׁמוּאֵל אִיז זִיךְ אַרָאפְּגֶעגַאנְגֶען צוּם טָאל וְכוּ', אָן קַיין שׁוּם פַּחַד, אוּן פַארְטָאגְס אִיז עֶר צוּרִיקְגֶעקוּמֶען, אוּן עֶר הָאט אִים אוֹיסְגֶע'מוּסָרְ'ט "וִוי קֶען אַ מֶענְטְשׁ מוֹרָא הָאבְּן פוּן חַיוֹת רָעוֹת וְכוּ', אוֹיבּ עֶר אִיז צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים"?


זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז אוֹיבּ אַ מֶענְטְשׁ גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, אוּן עֶר טְרַאכְט נָאר פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן נִישְׁט פוּן זִיךְ, דֶעם קֶען קֵיינֶער גָארְנִישְׁט טוּן, אֲפִילוּ אַלֶע חַיוֹת רָעוֹת וָואס זֶענֶען בִּדְמוּת בְּנֵי אָדָם זֶענֶען אִים מְבַזֶה מְחַרֵף וּמְגַדֵף מַאכְט דָאס נִישְׁט אוֹיף אִים אַ רוֹשֶׁם.


אַז וואוֹיל אִיז דֶעם מֶענְטְשׁ וָואס גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, צוּ רֶעדְן שְׁטֶענְדִיג צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, בִּיז עֶר וֶוערְט נִכְלָל אִין מְחוּיָב הַמְצִיאוּת, אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן נ"ב), דֶעם אִינְטֶערֶעסִירְט שׁוֹין גָארְנִישְׁט, נִישְׁט קַיין גֶעלְט, נִישְׁט קַיין כָּבוֹד, נִישְׁט קַיין פִּרְסוּם, וְכוּ', וְכוּ', עֶר וִויל נָאר מְגַלֶה זַיין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר שַׁיינְט אַרַיין אִין דִי מֶענְטְשְׁן וָואס זֵיי הֶערְן אִים צוּ, נָאר אֱמוּנָה אִין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן לִימוּד הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, בִּפְרַט מִקְרָא מִשְׁנָה גְמָרָא, וָוארוּם דָאס אִיז דֶער גְרֶעסְטֶער עֲשִׁירוּת פוּן אַ אִיד, וֶוען עֶר אִיז זוֹכֶה דָאס צוּ לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ק"כ.) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה", שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד.


אַ אִיד הָאט אַמָאל גֶעפְרֶעגְט דֶעם הֵיילִיגְן סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", וָואס הֵייסְט אַ רֶבִּי? אוּן וָואס הֵייסְט אַ חָסִיד? הָאט עֶר אִים גֶעעֶנְטְפֶערְט, אַ רֶבִּי אִיז דֶער וָואס עֶר לֶערְנְט גְמָרָא אוּן בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין זַיינֶע תַּלְמִידִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען גְמָרָא, אוּן אַ חָסִיד אִיז דֶער וָואס אִיז זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ מְקַיֵים צוּ זַיין יֶעדְן סְעִיף פוּן שׁוּלְחָן עָרוּךְ.


אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק, דוּ זָאלְסְט נָאר רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים דִיבּוּרֵי אֱמוּנָה אוּן הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, עֶס זָאל זַיין שֵׁם שָׁמַיִם שָׁגוּר בְּפִיהֶם, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן מ"ד) אַז דָאס וָואס מֶען רֶעדְט אֱמוּנָה, דָאס אִיז אַלֵיין אֱמוּנָה, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט צוּ אֱמוּנָה, וִוידֶערְאוּם זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת אֱמוּנָה, סִימָן ל"ג) עַל יְדֵי אֱמוּנָה, יִסְלַח לְךָ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל כָּל עַווֹנוֹתֶיךָ; אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז שְׁטַארְק אִין אֱמוּנָה, אוּן רֶעדְט פוּן אֱמוּנָה, אִיז אִים דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים מוֹחֵל אוֹיף אַלֶע עַווֹנוֹת.


מֶען דַארְף אַסַאךְ רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט רֶעדְן נִיבוּל פֶּה, וָוארוּם דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ל"ג.) בַּעֲוֹן נַבְלוּת פֶּה צָרוֹת רַבּוֹת וּגְזֵירוֹת קָשׁוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת וּבַּחוּרֵי שׂוֹנְאֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, יְתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעַקִין וְאֵינָן נֶעֱנִין; אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן ד') הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילוּ חוֹתְמִים עָלָיו גְזַר דִין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִים עָלָיו לְרָעָה, גַם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנוֹם, גַם לְהַשׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק; וָוארוּם לֵיידֶער הַיינְט רֶעדְן דִי בְּנֵי הַנְעוּרִים גֶעמֵיינֶע נִיבוּל פֶּה וְכוּ', אוּן עֶס אִיז בַּאוואוּסְט דֶעם מַאֲמַר הַחָכָם "הַלָשׁוֹן הוּא קוּלְמוֹס הַלֵב", וָואס אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט, דָאס רֶעדְט עֶר, אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן א') מִי שֶׁמְדַבֵּר נִיבוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן.


דוּ זָאלְסְט נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן אַרַיינְצוּפְּרֶעגְלֶען אִין דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען מִיט גְרוֹיס הַתְמָדָה מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, אֲפִילוּ זֵיי פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, נָאר זָאגְן, וַוייל דוּרְךְ לִימוּד אוּן זָאגְן מִשְׁנַיוֹת, וֶוערְט דִי נְשָׁמָה אוֹיסְגֶערֵיינִיגְט פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס, אוּן אַזוֹי אוֹיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זִיךְ זָאגְן אַסַאךְ דַפִין גְמָרָא כְּסִדְרָן דַיְקָא, בִּיז מֶען עֶנְדִיגְט גַאנְץ שַׁ"ס, אוֹיסֶערְדֶעם וָואס מֶען נֶעמְט אַ מְסֶכְתָּא אוֹיף זִיךְ אוּן מֶען חַזְרְ'ט דָאס אִיבֶּער הוּנְדֶערְט אוּן אֵיין מָאל, וָואס דָאס בְּלַייבְּט נָאכְדֶעם אִין קָאפּ.


אַזוֹי וִוי אִיךְ פָאר אַוֶועק דֶעם דִינְסְטָאג אוֹיף אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אוּן אִיךְ וֶועל דָא נִישְׁט זַיין לְכָל הַפָּחוֹת דְרֵיי שַׁבָּתִים וְכוּ', אוּן אֶפְשָׁר מֶער וְכוּ', זָאלְסְטוּ מִיר בְּלַייבְּן גֶעזוּנְט, אוּן דוּ זָאלְסְט זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אוּן עֶס זָאל נִתְרַבֶּה וֶוערְן גְבוּלְךָ בַּתַּלְמִידִים.


הַמְאַחֵל לְךָ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה מִן הַשָׁמַיִם.


ביז דא איז דער בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן פאר אכט יאר צוריק.


ברוך השם עס איז שוין אריבער זיבן יאר פון תשע"ב ביז יעצט, און יעצט גייען מיר אריין אין די אכטע יאר; ווער עס גלייבט נישט אין תפילה זאל קומען קוקן אונזער מוסד. מיר האבן גארנישט, מיר האבן נישט קיין נדבנים, קיין עשירים וכו' וכו', מיר האבן איין זאך: "אחר מי יודע? אחד אני יודע, אחד אלוקינו שבשמים ובארץ"; מיר האבן די זאך פון תפילה, מיר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג מיר זאלן מצליח זיין מיט אלע תלמידים ותלמידות, מיר זאלן קענען באצאלן די מלמדים מיט די לערערינס, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין ביי די אכטע יאר וואס מיר האבן אונזער סקול.


מיר דארפן דאנקען אונזער מנהלת מרת לעזער תחי' פארן זיך אזוי אוועק געבן פאר אונזערע קינדער; זי לייגט אריין אלע אירע כוחות אין די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן אזוי ווי עס דארף צו זיין. די עלטערן ווייסן נישט וויפיל כח און מיה מיר לייגן אריין אין יעדעס קינד; אפילו די וואס באדאנקען זיך וכו', ווייסן אויך נישט וויפיל ארבעט ליגט אין יעדע קינד. נישט אייביג קען מען אריין מישן עלטערן וכו', אסאך מאל האבן מיר שלאפלאזע נעכט כדי צו טון דאס בעסטע פאר די קינדער אן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן דערפון.


איך האף אז דו ברענגסט מיט דיין זון קיין אומאן אויף ראש השנה; אין היכל הקודש ברענגט מען די קינדער פון די זיבן יאר. דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו, אז יעדעס קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד, אן קיין עבירות; ממילא, פון פאר די זיבן יאר נעמען מיר די קינדער יעדעס יאר קיין אומאן.


עס איז באוואוסט די מעשה אז ווען ר' יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו - איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן - איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער ר' יודל האט אים נישט געוואלט לאזן מיט קומען צום רבי'ן, ער האט געהאלטן אז זיין זון איז נאך יונג און עס איז זייער שווער די וועג וכו'. ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן געבן שלום - דער רבי האט דאך אלעס געזען און אלעס געוואוסט – רופט זיך אן דער רבי צו אים: "איך בין א וואונדער, דער טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; זעט מען אז דער רבי האט געוואלט מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער.


דאס יאר האבן מיר א ריינע שטילע פלאץ אין אומאן פאר אונזערע קינדער; די מלמדים וועלן לערנען מיט די קינדער און חזר'ן מיט זיי די נוסח, אויך וועלן זיי גיין צום ציון מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זען נחת פון אונזערע קינדער, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.