מכתב יומי

יח אלול תשע"ט

September 18 2019

בעזרת ה' יתברך


ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אויב דו קענסט מיר העלפן ברענגען ספרים קיין אומאן, פאר די מפיצים, זאלסטו רופן האברך ... נרו יאיר; ער העלפט מיר צעטיילן די אלע ספרים וואס מען טראגט קיין אומאן. מארגן נאכן שיעור און אזוי אויך מוצאי שבת ביי סליחות וועסטו קענען נעמען די ספרים פון אים און עס ברענגען קיין אומאן.


מארגן הייבט מען אן א נייע מסכתא, "מסכת מעילה"; בעט איך דיר נאכאמאל, אפשר יעצט איז א צייט דו זאלסט זיך צוזאמנעמען און אנהייבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, סתם זאגן די ווערטער.


מיר פארן אם ירצה ה' אין א וואך ארום צום רבי'ן קיין אומאן דארפן מיר פארן מיט עפעס; הייב אן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דאס וועט אריין ברענגען אין דיר חיות, און דיין שלום בית וועט זיך ענדערן לטובה.


יישר כח פאר'ן מיר העלפן בויען דעם בנין המפואר אין אומאן; מיר האלטן שוין ביי א מיליאן און א האלב דאללער, עס איז א וואונדער ווי אזוי מיר האבן דאס געבויט אן קיין עשירים, אן קיין גבירים, נאר מיט די רצונות פון אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.