מכתב יומי
יט אלול תשפ
September 08 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים-וילך, י"ט אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעצט הער איך אז דו מאכסט א מצב מען זאל קומען היינט נאכט וכו'.
איך בעט דיר זאלסט נישט מאכן קיין נייע מנהגים, ברעך נישט אונטער וואס איך פרוביר מיט מיין בלוט אריין צו ברענגען ביי מיינע תלמידים.
די לחיים פון מיין זון אלחנן חיים נרו יאיר איז שוין געווען אין קעמפ און די תנאים איז שוין אויך געווען אין קעמפ; אז דו ווילסט ארויסגיין פון שטוב ביינאכט, עס איז דיר אומעטיג וכו' - זאלסטו זיך זוכן אנדערע תירוצים, ווייל איך מאך גארנישט; עס גייט גארנישט זיין היינט נאכט. איך גיי אריבער צו מיינע עלטערן געבן שלום עליכם; זיי זענען היינט צוריק געקומען פון ארץ ישראל צוזאמען מיט מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א, איך גיי אפנעמען א מזל טוב צוזאמען מיט מיין מחותן נרו יאיר.
בעט איך דיר זאלסט מיר נישט אונטער ברעכן מיינע שווערע ארבעט וואס איך ארבעט ביטער שווער מיר זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער און מאכן שמחות מיט א קלארן קאפ.
איך וועל שטיין אויף דעם זייער שטרענג, מען זאל נישט מאכן קיין שום נייע מנהגים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים-וילך, י"ט אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
תשובה טון מיינט נישט זיין בעצבות ומרה שחורה, דאס האט נישט צו טון מיט לב נשבר. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מא): "לֵב נִשְׁבָּר וְעַצְבוּת - אֵינוֹ עִנְיָן אֶחָד כְּלָל. כִּי לֵב נִשְׁבָּר הוּא בַּלֵּב, אֲבָל עַצְבוּת הוּא בָּא מִן הַטְּחוֹל. וְעַצְבוּת שֶׁהוּא מֵהַטְּחוֹל, הִיא סִטְרָא אַחֲרָא וְהַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", דער אייבערשטער האט פיינט עצבות און מרה שחורה; ווען א מענטש איז בעצבות האט ער נישט צו טון מיט קדושה און דאס ברענגט אים צו די ערגסטע עבירות.
מען האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן (שם, סימן מב; רלא): "וואס איז דער חילוק פון א צעבראכענע הארץ און עצבות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען מען איז בעצבות און במרה שחורה איז מען ברוגז אויפ'ן אייבערשטן, מען איז ברוגז אויף אלעמען, אבער ווען מען איז צעבראכן איז מען נישט ברוגז, נאר מען בעט דעם אייבערשטן, רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר וכו'", און בשעת דער רבי האט דאס געזאגט האט זיך דער רבי אוועקגעדרייט פון די מענטשן, ער האט אויפגעהויבן זיינע הענט און זיך אנגעהויבן צו מתבודד זיין: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר".
וואס איז תשובה? תשובה איז ווען מען שווייגט אפ, מען נעמט אן וואס דער אייבערשטער געבט; צי איז עס א שאדן אדער א בזיון, מען שווייגט אפ, און זיכער אז דו באקומסט א פסק אין שטוב זאלסטו שווייגן און נישט ענטפערן.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; פריי דיך אז דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג תשובה צו טון, מיר דארפן נישט פאסטן אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן נישט טון קיין גרויסע עבודות וכו' און סיגופים וכו'. דער רבי געבט אונז אן אנדערע סארט תיקון, דער תיקון איז אז מיר זאלן נישט ענטפערן ווען מיר האבן א בזיון.
לאז זיך נישט פארפירן פון די נייעס, די נייעס נעמט אוועק די אמונה און בטחון; זיי גראגערן אין קאפ כאילו דער פירט די וועלט, יענער פירט די וועלט, מען פארגעסט אז דער אייבערשטער אליינס - ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס; קיינער קען נישט טון און קיינער קען נישט מאכן.
איך בין היינט פארטאגס געווען אין אוהל, איך האב געדאווענט פאר דיר און פאר דיין משפחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.