מכתב יומי

יח אלול תשפ"ב

September 14 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען, דו זאלסט היינט אריינרופן אין אפיס פרעגן וויפיל דיין באלאנס איז; איך גיי נישט ווייטער ביז ווי לאנג אלע צאלן אויס זייער שכר לימוד פון אלע יארן. עס איז נישט גערעכט וואס מען טוט מיט מיר; ברענג מיר נאך א מוסד וואס בעט אזוי ווייניג שכר לימוד, און די ביסל שכר לימוד מאכט מען זיך אויך נישט וויסנדיג; פארוואס?!


שכר לימוד איז נישט קיין מילתא דבדיחותא, שכר לימוד איז דאס וויכטיגסטע! די מלמדים און טיטשערס זאלן ווערן באצאלט אין צייט, זיי זאלן קענען לערנען מיט די קינדער אן קיין לחץ.


די געלט וואס מען צאלט פאר שכר לימוד - קומט צוריק בדרך נס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה טז.): "כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה ועד יום הכפורים", ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל געלט דער מענטש וועט פארדינען דעם יאר, "חוץ מהוצאת שבתות, והוצאת יום טוב, והוצאת בניו לתלמוד תורה", חוץ וואס א מענטש דארף האבן פאר שבת און יום טוב, און פאר שכר לימוד, "שאם פוחת פוחתין לו, ואם הוסיף מוסיפין לו", אויב צאלט מען נישט שכר לימוד, באקומט מען ווייניגער געלט, און אויב צאלט מען שכר לימוד, באקומט מען בדרך נס נאך געלט.


אויף דיינע נסיונות איז דא איין עצה, גיי שרייען צום אייבערשטן, שריי זיבעציג קולות (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו): "רבונו של עולם, עס ברענט אין מיר דער יצר הרע, איך ווער פארברענט אין תאוות ניאוף. רבונו של עולם, איך פאל אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, איך ווער פארברענט, איך קען נישט מער"; אזוי זאלסטו שרייען זיבעציג מאל, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.


עס איז ביטער שווער, עס איז נישט גרינג; איינמאל מען איז אריינגעפאלן אין די פלאנטער - איז זייער ביטער, די מח מחשבה ווערט אינגאנצן פארדרייט, די איינציגסטע עצה איז שרייען צום אייבערשטן און לערנען די הייליגע תורה.


מיר פארן שוין קיין אומאן, מיר גייען זוכה זיין צו אלע תיקונים. ביז דערווייל הערט מען גרוסן פון אנשי שלומינו וואס זענען שוין דארט אין אומאן, זיי זאגן וועגן די מלחמה, עס ווענדט זיך; אויב מען הערט נייעס - איז זייער שרעקעדיג, מען ווארפט זיך פאר שרעק, און אויב מען קוקט נייעס - קען מען זען אין אומאן ווי עס פליען באמבעס, מען קען עס נישט זען אין גאס, מען קען עס זען אינעם קליינעם טעלעפאן, און אז מען הערט נישט קיין נייעס און מען קוקט נישט קיין קליפס - זעט מען נישט קיין מלחמה, מען ווייסט נישט אז עס איז דא א מלחמה; מען זיצט ביים ציון, מען גיסט זיך אויס דאס הארץ און מען לערנט שיעורים כסדרן.


פאק זיך איין א ווייסע קיטל אדער א ווייסע בעקיטשע, מיר פירן זיך צו גיין ראש השנה מיט א ווייסע בעקיטשע.


פאק איין דיין שטריימל, גיי נישט אין קיין קטנות הדעת; ראש השנה גייט מען אנגעטון מיט אלע שיינע שבת'דיגע און יום טוב'דיגע קליידער.


קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אדער געב איר געלט; איך געב געלט פאר מיין ווייב זי זאל זיך קויפן א שיינע זאך, אז די ווייב לאזט פארן קיין אומאן - איז מען גליקליך. מוהרא"ש פלעגט מיר אלץ זאגן: "דו ווייסט ווי גליקליך דו ביסט אז דיין ווייב קריגט נישט אויף דיר, דו ווייסט ווי גליקליך דו ביסט אז זי לאזט דיר פארן"; מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל איר קויפן א שיינע מתנה.


מארגן וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור; מי יתן אז דו קענסט מיט האלטן יעדע וואך די שיעור, וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


מיר זאגן סליחות מוצאי שבת איינס אזייגער אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס נישט א סכנה צו פארן קיין אומאן. יעדע יאר קומט דער סמ"ך מ"ם מיט א נייע מעשה; פאריאר האט ער יעדן דערשראקן אז אויב מען וועט נעמען די וואקסין וועט מען שטארבן און מען וועט נישט האבן מער קיין קינדער, שוין אריבער א יאר פון זיין אין אומאן ראש השנה - אלע האבן קינדער און אלע לעבן; די יאר קומט ער מיט א נייע מעשה, אז עס איז א סכנה וכו'; עס איז נישט קיין סכנה, עס איז נאר צו אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן.


טענה'עט נישט מיט קיינעם, רעדט נישט מיט קיינעם פון דעם, דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן האט א געפיל צום צדיק. די יאר האבן די מתנגדים נישט וואס צו זאגן, אלע יארן שפעט מען פון ברסלב'ער חסידים, מען זאגט: "מען טוט זיך וואס מען וויל און מען פארט זיך אויף אומאן"; די יאר זעט מען וואס הייסט מסירת נפש צו פאלגן א צדיק, די יאר איז די נסיעה א שווערערע, מען קען נישט פארן גלייך קיין אוקריינא, מען דארף זיך שלעפן מיט א באן אדער קאר פון א צווייטע מדינה, דאך פארן מיר צום רבי'ן דער רבי זאל אונז מתקן זיין.


איך ראט אייך איר זאלט מער נישט הערן קיין נייעס.


א כתיבה וחתימה טובה.