מכתב יומי
יח חשון תשע"ח
November 07 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר הייבן היינט אן א נייע מסכת, מסכת מכות; זיי נישט קיין בטלן, כאפ דיך מיט און לערן יעדן טאג דעם דף גמרא.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס א דף גמרא טוט פארן מענטש, עס וועט דיר ארויסרייסן פון אלע שמוץ; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז מען זעט אן אינטערסאנטע זאך, דער ס"מ וועט לאזן דעם מענטש אלעס טון - ביז עס קומט צו עפענען די גמרא. ער קומט מיט טויזענט תירוצים - באלד, שפעטער, מארגן, נעכטן וכו', ווייל גמרא איז פייער פאר אים און דאס פארברענט אים אינגאנצן. ווען א איד לערנט די הייליגע גמרא ווערן פארברענט אלע קליפות, דערפאר ווען ער זעט ווי א איד וויל אנהייבן לערנען גמרא, קומט ער מיט טויזנט תירוצים פארוואס נישט צו לערנען.
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט נאכזאגן פונעם הייליגן צדיק רבי אורי מסטרעליק זכותו יגן עלינו וואס ער האט געזאגט אויפן מאמר חז"ל (עיין בבא מציעא קז:): "פַּת שַׁחֲרִית מְבַטֶּלֶת כָּל מִינֵי מַחֲלוֹת"; אז "פת" באטרעפט פונקט ווי "תלמוד", אז מען לערנט צופרי אביסל גמרא איז דאס מבטל אלע קליפות.
טייערער חבר, אחי היקר, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן לאמיר פאלגן דעם רבי'ן; פארוואס זאלסטו נישט לערנען יעדן טאג אביסל גמרא. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגער תורה, דו וועסט דאך גארנישט דערלייגן, וועסט דאך נאר מרויח זיין; די תורה מאכט א מענטש רייך, די תורה מאכט א מענטש פרייליך און צופרידן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.