מכתב יומי

יט חשון תשע"ט

October 28 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת  חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק, מאכט אונז פרייליך און ווייזט אונז א וועג ווי אזוי מיר קענען אויך זוכה זיין צו אלעס גוטס.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; ווייל אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו שיינע זאכן, און אלע פלעקן און אלע עבירות ווערן אפגעוואשן.


וויסן זאלסטו אז ביי ברסלב'ע חסידים איז מקוה איינע פון די זאכן אויף וואס מען איז זייער מקפיד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט "דאס ערשטע איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא); ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות און בפרטיות אין פגם הברית איז דאס ערשטע זאך 'מקוה'. דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט גיין אין מקוה, אפילו עס איז שוין א לאנגע צייט וואס דו ביסט שוין נישט געגאנגען אין מקוה זאלסטו זיך באנייען פונדאסניי און גיין כאפן א טבילה, דאס וואס דיר ברענגען ישועות. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה. נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים; דערפאר בעט איך דיר זאלסט גיין אין מקוה יעדן טאג גלייך ווען דו שטייסט אויף, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער..., אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן – (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


זיי געזונט; איך דארף לויפן צו מיינע טייערע תלמידים די בחורים, זיי זענען ביי מיר דאס ערשטע פון אלעס. ווייל א בחור האט א צעבראכענע הארץ און דער אייבערשטער האט זיי זייער ליב.


זיי געזונט.