מכתב יומי

יח טבת תשע"ט

December 26 2018

בעזרת ה' יתברך


ליל ד' פרשת שמות, אור לי"ט טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך שרייב דיר נישט צוריק; איך בין אזוי פארנומען אז איך קום ניטאמאל אן מיט מיין טעגליכע ארבעט.


איך דארף זיצן מיט די מלמדים און טיטשערס; מיט די אפיס איינגעשטעלטע; איך דארף זען וואס טוט זיך מיט די נייע בנין אין אומאן, קעמפ, שטעטל; איך לערן מיט חתנים; איך דארף זיצן מיט קאפלס און מאכן צווישן זיי שלום בית; רעדן מיט מענטשן; צוגרייטן די חתונות אין ישיבה; ענטפערן בריוון; זיך פארקוקן די שיעורים אין בבלי און אין ירושלמי; פארלערנען א שיעור אין א בלאט בבלי, א שיעור אין א בלאט ירושלמי, דאווענען, יום תהילים. פארלערנען שיעורים פאר די בחורים צוויי מאל א טאג אין גמרא הלכה און ספרי רבינו, איך דארף לערנען מיינע פריוואטע שיעורים כסדרן, מקרא, נ"ך, קאפיטל משלי, משנה, תוספתא, גמרא, הלכה, רמב"ם, מדרש, דעם רבינ'ס ספרים; איך געב א שיעור פאר די טיטשערס און א שיעור פאר די מיידלעך יעדע וואך. איך האב דאך אויך א ווייב און מיינע טייערע קינדער; אויך דארף איך אביסל עסן און א פיצקעלע שלאפן, וכו'. דאך וועל איך דיר שרייבן אביסעלע חיזוק ווערטער זאלסט דיר שטארקן און ווייטער אנגיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


די ערשטע און וויכטיגסטע זאך וואס דו דארפסט טון איז אכטונג געבן אויף דיין ווייב און קינדער; מאך זיך נישט נאריש מיט חברים, עס איז נישטא אזא זאך ווי חברים, אויב האט א מענטש א חבר איז דאס זיין ווייב. דעריבער בעט איך דיר נאכאמאל: לאז אפ דיינע חברים; ענדערש פארברענג מיט דיין ווייב ווי מיט נארנים און טפשים.


איך טראכט אלץ אז הגם איך האב דיר שוין אזויפיל מאל געזאגט און אזויפיל מאל געשריבן, וועל איך דיר עס נאך אמאל זאגן און נאך אמאל שרייבן, ווייל איך גלייב אינעם הייליגן רבינ'ס ווערטער וואס ער האט געזאגט: "א דיבור האט א כח!" דערפאר וועל איך דיר עס זאגן נאכאמאל און נאכמאל ביז  עס וועט דיר אריין גיין אין דיין הערצעלע: "ליבער ברודער, מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס זארגט פאר יעדן איינעם און פארזעט קיינמאל נישט קיינעם; געב זיך נאר איבער צו אים וועט דיר זיין גוט".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵךְ לְהָאָדָם שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", דאס וואס מען זעט אמאל ביי זיך אז אלעס גייט פארקערט ווי מען וויל, "שֶׁאוֹמֵר: אֲנָּא אֶמְלֹךְ, בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דאס קומט צוליב דעם וואס דער מענטש זאגט: 'איך וויל', מיט דעם טיילט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵךְ לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", און איינמאל א מענטש טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן גייט אלעס פארקערט ווי ער וויל; דערפאר, אז דו וועסט אריין נעמען אין דיר דעם כלל: 'ווי אזוי דער אייבערשטער וויל - בין איך צופרידן', וועט דיר אלעס גיין ווי אזוי דו ווילסט.


בעפאר דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) אז רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט; זאגט די גמרא אפאר פשטים וואס דאס מיינט, די ערשטע פשט איז: "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי געזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


איך וויל דיר בעטן נאכאמאל: "וואו דו ווילסט גיין - זאלסטו גיין 'נאר' מיט דיין ווייב; ווילסט גיין אויף וואקאציע? גיי מיט דיין ווייב; ווילסט ארויפגיין אויף די לבנה? גיי מיט דיין ווייב; ווילסט גיין אויף קברי צדיקים? מיט דיין ווייב".


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ.


א גוטע נאכט.