מכתב יומי

יח כסלו תשע"ח

December 06 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו געדענקסט צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב פאר דיין ווייב און קינדער, ווייל מיט איין גוט ווארט קען מען יענעם ממש מחיה זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות קיא:): אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן "טוֹב הַמַּלְבִּין שִׁינַיִם לַחֲבֵרוֹ יוֹתֵר מִמַּשְׁקֵהוּ חָלָב", ווען מען געבט פאר א חבר א שמייכל איז דאס אסאך מער ווי ווען מען געבט אים צו טרינקען א גלעזל מילך; דאס גייט ארויף אויך אין שטוב, ווען מען שמייכלט אין שטוב צו די ווייב און קינדער איז עס מער ווערט ווי אלעס אויף דער וועלט.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן ה): "כָּל אָדָם מְצֻיָּר בְּזִּיו פָּנָיו גַּן עֵדֶן שֶׁלּוֹ", יעדער מענטש איז אים אויסגעמאלן אויף זיין פנים זיין גן עדן; מען זעט אויפן פנים פונעם מענטש צי דער מענטש איז אין גן עדן צי ער איז אין גיהנום. אויב איז דער מענטש פרייליך, ער גייט ארום מיט א שמייכל, איז א סימן אז ער איז אין גן עדן, אויב האט ער א שלעכטע פנים, ער דרייט זיך ארום מיט א זויערע פנים, אן קיין שמייכל, זעט מען גלייך וואסערע גן עדן ער האט.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): ווען א מענטש איז דערביטערט, ער איז אריין געפאלן אין מרה שחורה, און זיין פנים איז אים פארטינקלט, דאס איז די סטרא אחרא. זיי מאכן דער מענטש זאל האבן אנפין חשוכין, א טינקעלע פנים, און אויף דעם איז געזאגט געווארן (שמות כ, ב): "לֹא יִהְיֶה לְךָ אֱלֹהִים אֲחֵרִים עַל פָּנַי".


דערפאר זאלסטו פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו האבן א שמייכל אויפן פנים; בפרט אין שטוב. פאר דו קומסט אהיים, נאך א גאנצן טאג ארבעטן שווער, זאלסטו זיך אויפרישן וכו', נעם זיך צוזאם און גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער מיט א שמייכל, און געדענק צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב. דער בעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו זאגט: "דאס לעבן איז ווי א שפיגל, אויב מען שמייכלט צו א צווייטן, וועט מען דיר צוריק ווייזן א שמייכל, אבער אויב גייט מען ארום דערביטערט, וועט קיינער דיר נישט ווייזן א שמייכל.


לאז דיך אפ פון דיינע חברים; דיינע חברים דארפן דיר נאר ווי לאנג זיי קענען האבן א טובת הנאה וכו', די רגע וואס זיי וועלן נישט האבן פון דיר קיין ניצן, וועט מען דיר ווארפן אויפן בוידעם, קיינער וועט אויף דיר נישט קוקן. פארוואס זאלסטו אוועק געבן דיינע טעג און נעכט פאר זיי? ענדערש גיי אהיים, פארברענג מיט דיין ווייב און קינדער, העלף דיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער וכו', ליין קריאת שמע מיט דיינע קינדער, לערן זיי אויס אנצוגרייטן נעגל וואסער וכו', דאס וועט מיט דיר בלייבן.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען אז היינט נאכט קומט פאר די פרויען צוזאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען ארויס גיין פון שטוב, זי זאל קענען מיט האלטן די פארברענג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.