מכתב יומי

יח כסלו תשפ

December 16 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט קומען דאווענען צווישן אנשי שלומינו - תלמידי היכל הקודש; זיך מחזק זיין אינאיינעם. דו זעסט דאך אליינס ביי דיר אז ווען דו קומסט צווישן תלמידי היכל הקודש רעדסטו אנדערש און דער גאנצער טאג איז אנדערש; אלע דיבורים דריידט זיך ארום אמונה, תפילה, הפצה, סיומים וכו' וכו', דורכדעם ווערט מען נתעורר אויך צו רעדן צום אייבערשטן, צו גיין הפצה און לערנען שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


אז דו וועסט זיך דרייען צווישן ערליכע אידן וועסטו אויך ווערן אן ערליכער איד; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט טייטשן דעם פסוק (תהלים צה, י): "וְהֵם, לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", אין אידיש זאגט מען שטוב, 'היים', אויב א מענטש זיצט אין זיין שטוב - "וְהֵם", ער גייט נישט צו א צדיק, ער דריידט זיך נישט מיט ערליכע אידן, דעמאלט "לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", וועט ער נישט ווערן א צדיק; ווייל ווי נישט ווי, ווען מען קומט צום צדיק הייבט מען אן טראכטן: 'וואס וועט זיין דער תכילת מיט מיר? ווען וועל איך שוין תשובה טון?' מען געבט זיך א כאפ: 'איך האב נאך נישט געלערנט היינט'; מען הייבט אן טראכטן: 'איך האב נאך נישט מעביר סדרה געווען'; אזוי איז מען זוכה צו ווערן אליינס א צדיק.


געוואוין זיך צו, אז יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן גייט ארויף אין הימל און וועט בלייבן פאר אייביג.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען אז מארגן נאכט איז דא א פרויען צוזאמקום, א חינוך אווענט פאר אלע פרויען. עס וועט פארקומען אין סקול, סיי פאר די מאמעס וואס שיקן די קינדער ביי אונז אין מוסד און אויך די פרויען וואס שיקן די קינדער אין אנדערע מוסדות, נאר זיי ווילן וויסן ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער אויפ'ן וועג פון רבי'ן, זענען אויך געליידענט צום חינוך אווענט. בעט איך דיר זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן ווי אזוי מען ציט אויף די קינדער אויפ'ן רבינ'ס וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין נאר פרייליך, שמחה איז א רפואה פאר אלע מחלות וחלאים רעים (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד). ווען א מענטש איז פרייליך, ער דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלע שלעכטס און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם". "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'", אז איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


גענוג געווען מיט די עצבות ומרה שחורה; לאז אפ דאס פרומקייט און ערנסטקייט, דאס איז נישט פאר דיר, דאס ברענגט נאר נערוון און שלעכטע מחשבות; דו זיי נאר בשמחה, נאר פרייליך. עס איז כדאי דו זאלסט הערן לעבעדיגע מוזיק, פרייליכע ניגונים; דאס וועט דיר עפענען דיין קאפ און אלע נערוון און שלעכטע מחשבות וועלן אוועק גיין.


זאג יעדן טאג אביסל תהילים; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז פאר'ן מענטש ווי אן אנליינער (א וואקע"ר), אזוי ווי עלטערע מענטשן גייען מיט אן אנליינער זיי זאלן חס ושלום נישט פאלן, אזוי איז תהילים; ווען מען זאגט תהילים האט מען אויף וואס זיך אנצוליינען מען זאל נישט אראפפאלן בעת צרה. דוד המלך זאגט (תהלים יח יט): "וַיְהִי ה' לְמִשְׁעָן לִי", דער אייבערשטער איז מיר אן אנליינער; תהילים ברענגט אמונה ובטחון מען זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.


האב נישט קיין פחד וכו'; עס וועט אוועק גיין, עס איז א נסיון פאר דיר, מען וויל זען פון הימל ווי אזוי דו דערהאלסט זיך; האב נישט מורא, נאך אביסל וועט אלעס בטל ווערן.


מארגן נאכט קומט פאר די חינוך אווענט, בלייב אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.