מכתב יומי

יח ניסן תשע"ח

April 03 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג', י"ח ניסן, ב' דחול המועד פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א דבר האבוד מעג מען שרייבן חול המועד; דערפאר שרייב איך דיר, ווייל דאס איז ביי מיר א דבר האבוד. איך וויל נישט אז דו זאלסט פארלירן דיין לעבן; יעדן טאג וואס גייט אריבער אן תורה און תפילה איז א פארלוסט, א דבר האבוד. פון אלע שמועסלעך פון די חברים'לעך וועט גארנישט איבער בלייבן, נאר דאס ביסל וואס מיר רעדן צום אייבערשטן, דאס ביסל פֶּה-סָח - דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


דאס ווארט "פסח" באטרעפט פונקט ווי דעם הייליגן רבינ'ס נאמען "נחמן"; דורך דעם רבי'ן זענען מיר זוכה צו פֶּה-סָח; צו רעדן צום אייבערשטן. דורך תפילה והתבודדות ווערט דער מענטש אויסגעלייזט פון אלע זיינע צרות, עס ווערט ביי אים א זמן חרותינו.


אפילו דו זעסט אז דו האלסט אין איין אראפפאלן, דו ביסט נישט זוכה ארויסצוקריכן פון דיינע שלעכטע רגילות'ער וכו', זאלסטו ווייטער בענקען און וועלן און האפן צו אלע גרויסע עבודות און זאלסט ארויס זאגן דיינע רצונות פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד", אזוי וועסטו זוכה זיין ארויסגיין פון אלע דיינע שלעכטע געוואוינהייט.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז דער רבי האט געהאט צוויי מחותנים, הרב הקדוש מוואלטשיסק זכותו יגן עלינו און הרב הקדוש מחמעלניק זכותו יגן עלינו. דער וואלטשיסקער רב האט זייער שטארק געוואלט אנקומען אויף ארץ ישראל, פערציג יאר האט ער געבענקט און מתפלל געווען אז ער זאל זוכה זיין אנצוקומען אויף ארץ ישראל; ווען דער חמעלינקער רב האט דאס געהערט האט ער געלאכט דערפון, ער האט געזאגט: "וואס בענקט ער אזוי סאך און וואס איז ער אזוי מתפלל אויף דעם? אז מען וויל פארן נעמט מען געלט און מען פארט!" ווען מען האט דאס דערציילט פארן רבי'ן האט דער הייליגער רבי געזאגט: "איר וועט זען אז דער וואלטשיסקער רב - וויבאלד ער בענקט קיין ארץ ישראל - וועט צום סוף זוכה זיין צו פארן קיין ארץ ישראל, ווידער דער חמעלניקער רב - וואס זאגט אז מען נעמט געלט און מען פארט - וועט נישט אנקומען קיין ארץ ישראל" און אזוי איז טאקע געווען; זעט מען פון דעם אז דער עיקר איז דער רצון. ווי לאנג א מענטש וויל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, כל זמן א מענטש בענקט צום אייבערשטן, ער בענקט ארויס צו גיין פון זיינע שלעכטע מעשים - וועט ער צום סוף זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיינע שלעכטע מעשים.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך ביים רבי'ן, האלט זיך מיט אנשי שלומינו; ווען א מענטש דרייט זיך צווישן ערליכע אידן, וועט ער צום סוף אויך ווערן אן ערליכער איד. דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט טייטשן דעם פסוק (תהלים צה, י): "וְהֵם, לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", אין אידיש זאגט מען שטוב, 'היים', אויב א מענטש זיצט אין זיין שטוב - "וְהֵם", ער גייט נישט צו א צדיק, ער דרייט זיך נישט מיט ערליכע אידן, דעמאלט "לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", וועט ער נישט ווערן קיין צדיק; ווייל ווי נישט ווי, ווען מען קומט צום צדיק הייבט מען אן טראכטן 'וואס וועט זיין דער תכילת מיט מיר? ווען וועל איך שוין תשובה טון?' מען געבט זיך א כאפ: 'איך האב נאך נישט געלערנט היינט'; מען הייבט אן טראכטן: 'איך האב נאך נישט מעביר סדרה געווען'; אזוי איז מען זוכה צו ווערן אליינס א צדיק.


אמאל איז א איד אריין געקומען אינעם ברסלב'ן קלויז דאווענען מנחה און תיכף נאך מנחה איז ער אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז נפטר געווארן. האט זיך ר' נתן אנגערופן: "צו דאווענען איין מנחה אין א ברסלב'ער שטיבל איז אויך כדאי געווען צו קומען אויף דער וועלט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיך האלטן ביים רבי'ן.


יעצט אינעם הייליגן יום טוב פסח ווען מיר זענען אינעם "זמן חרותינו" געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְּךָ בֶּן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", מען קען נישט זיין א בן חורין נאר אז מען לערנט תורה און מען פירט זיך בדרך התורה.


מיר האבן נעכטן אנגעהויבן א פרישע מסכת; זיי נישט קיין בטלן און כאפ דיר מיט. נעם א גמרא און לערן יעדן טאג א דף, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


געב אכטונג וואו דו גייסט חול המועד האלטן; עס זאל זיין א פלאץ מיט יראת שמים, אז דו זאלסט נישט פארלירן אלעס וואס מען האט זוכה געווען פסח ביינאכט.