מכתב יומי
יח סיון תשע"ח
June 01 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות עס זאל זיין שלום ביי דיר אין שטוב.
פרייטאג ערב שבת קודש דארף מען מער אכטונג געבן זיך נישט אויפצורעגן אין שטוב; דער הייליגער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער ווארט נאר אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, ער ווערט ארויס געטריבן פון אזא סארט שטוב; דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט קריגן, עס זאל גארנישט אנגיין, און מען זאל זיך נישט בייזערן אויף יעדע קלייניקייט וואס פאסירט.
גרייט דיר אן שיינע מעשיות וואס צו דערציילן ביי די שבת סעודה; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות און דאס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת השם יתברך, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויף געפלאמט, און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; דורכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.
פארגעס נישט פון דיין ווייב תחי'; זיי א וואוילער מענטש אין שטוב, זיי אן איש החסד אין שטוב און זיי דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה אויך אין שטוב. זע זיך צו פירן אין שטוב וכו' אזוי ווי דו האסט געלערנט אין ישיבה; געדענק צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב. קיינער זאל דיר נישט איינרעדן אז עבודת השם איז צו זיין אפגעשיידט וכו', הער נישט צו צו די וואס זאגן אז די שטוב איז א שטער צו עבודת השם, עס איז פונקט פארקערט, אויב מען איז זוכה און מען לעבט אן קיין פרישות אין שטוב, מען פירט זיך אזוי ווי עס שטייט אין די תורה - דעמאלט איז מען זוכה צו א ריינע מח, און אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אלעס גוטס.
א גוט שבת.
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
דאס שיינקייט פון א אידישע פרוי איז איר צניעות; אז מען פירט זיך איידל, מען גייט אנגעטון איידל און מען רעדט איידל - דאס איז די גאוה פון א אידישע פרוי. דאס ברענגט גוטע קינדער און דאס ברענגט אז דער שכינה זאל רוען אין שטוב.
אסאך מאל האט מען נסיונות וכו', אבער וואויל איז די פרוי וואס שטארקט זיך און גייט אנגעטון בצניעות, דורכדעם וועט זי זוכה זיין צו זען ערליכע דורות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.
בשעת א פרוי צינדט אן די שבת ליכט איז זייער א גרויסע עת רצון; מען קען דעמאלט פועל'ן גרויסע זאכן. ווען פרויען וואלטן ווען געוואוסט ווי חשוב זייערע תפילות זענען ביים אייבערשטן בשעת זיי צינדן אן די שבת ליכט וואלטן זיי מתפלל געווען צום אייבערשטן פאר זיך, פארן מאן און בעיקר פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.
וויפיל טרערן דארף מען פארגיסן אז מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; טראכטס נישט: 'מיינע קינדער זענען נאך יונג', ווייל מען געבט זיך איין דריי און מען האט שוין גרויסע קינדער, דעמאלט וועט צוניץ קומען יעדע תפילה און יעדע טרער וואס מען האט געבעטן און געוויינט פאר זיי. איז ווען איר צינדט אן די שבת ליכט לייגטס ארויף די הענט אויף די אויגן און וויינט זיך אויס צום אייבערשטן ער זאל אייך העלפן; בעטס אים: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב אונז א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".
דער עיקר זאלט איר בעטן אייערע אייגענע תפילות; ווייל ווען א פרוי בעט דעם אייבערשטער אויף איר אייגענע שפראך, עפענען זיך אויף אלע הימלען און אלע תפילות גייען ארויף גלייך צום אייבערשטן.
דינסטאג און מיטוואך וועט אם ירצה ה' פארקומען א פלעי וואס די מיידלעך פון "בית פיגא" שטעלן פאר; עס איז כדאי צו קומען קוקן ווי אזוי מיר ברענגען אויף אונזערע מיידלעך, מיט אמונה, צניעות, יראת שמים און מידות טובות. זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי עס וואקסט אויף א יונגע דור סאלדאטן פארן אייבערשטן, זיי לעבן מיטן רבי'ן און פירן זיך אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן.
א גוט שבת.