מכתב יומי
יח סיון תשע"ט
June 21 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
נישט אלעס דארף גיין אזוי ווי דו האסט אויסגעטראכט; האסט חתונה געהאט דארפסטו וויסן אז דו דארפסט זיך רעכענען מיט דיין ווייב תחי', פונקט אזוי ווי דו האסט מיינונגען האט זי אויך אירע מיינונגען און דו דארפסט אכטונג געבן אויף איר.
איך בעט דיר טויש דיין אויפפירונג ווי שנעלער ווייל די אלע וואס שאפן אויפן צווייטן ענדיגט זיך עס נישט גוט ביים סוף, עס פלאצט אינגאנצן השם ישמרנו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ז.): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", א מענטש זאל נישט לייגן א פחד אין שטוב, ווייל ביים סוף פלאצט אלעס און מען קומט צו אלע שלעכטס, און חז"ל פירן אויס: "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת - גִּלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִילוּל שַׁבָּת", אז מען לייגט א פחד אין שטוב וועט מען צום סוף צוקומען צו נכשל ווערן מיט די דריי הארבע עבירות: 'גילוי עריות', 'שפיכות דמים' און 'חילול שבת'.
אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט אוועק ווארפן אלע דיינע שלעכטע זאכן וכו' וכו', וועט דיין ווייב זיין גוט צו דיר און זי וועט אלעס טון פאר דיר, זי וועט גיין אין פייער און אין וואסער פאר דיר, אבער דו דארפסט אנהייבן צו רעדן שיין, זיך אויפפירן ווי אן ערליכער איד, אויפהערן שרייען און אויפהערן טערעראזירן; אזוי פירט זיך נישט אן ערליכער איד.
זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי שארף; איך מיין נאר דיין טובה, איך ציטער אז דיין שטוב זאלט נישט צעפאלן. בייג איין דיין קאפ, מוהרא"ש זאגט נאך א טייטש בשם דעם הייליגן צדיק רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן זכותו יגן עלינו, וואס טייטשט דעם פסוק (במדבר ז, יד): "כַּף אַחַת עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת" - "כַּף אַחַת", כף איז א לשון פון איינבייגן (כפיפה), אז א מענטש בייגט זיך איין זיין גאוה פאר זיין ווייב, "עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת", וועט ער ווערן רייך און האבן שפע.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן יח): "הַבַּעֲלֵי חֶשְׁבּוֹנוֹת - עַל פִּי רֹב הֵם בַּעֲלֵי תַּאֲוַת נִיאוּף", די בעלי חשבונות זענען געווענליך בעלי עבירות; הער אויף מאכן חשבונות אזוי סאך און מאך שלום.
זאלסט האבן א פרייליכן שבת.