מכתב יומי

כ סיון תשפ"ב

June 19 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון רבי'ן. דער רבי געבט אונז אזעלכע ליכטיגע עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן אין אלע שווערע צייטן, דער רבי זאגט אונז מיר זאלן אנטלויפן צו די תורה, נעמען א משניות, א גמרא און אנדערע ספרים און לערנען די הייליגע תורה; דארט איז די בעסטע פלאץ וואו מען קען זיך ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


היינט האט מען מיר באשמוצט אין די ארץ ישראל'דיגע נייעס אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור וואס פעלט שוין נעבעך עטליכע חדשים, כאילו איך האב אים פארכאפט ה' ישמרינו. איך ווייס ניטאמאל ווער דער בחור איז, איך בין געפארן צו מיין זיידע'ס הקמת המצבה כ"א אדר מיט די ישיבה, מיר זענען ארום געפארן צו מקומות הקדושים מתפלל זיין, און דער בחור איז אונז נאכגעפארן און נאכגעגאנגען, שבת זענען מיר געווען אין מירון, ער איז אויך דארט געווען. פרייטאג צו נאכטס, ווען איך בין ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה איז ער אונז נאכגעלאפן, שפעטער איז ארויס די נייעס אז ער פעלט; דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן דעם רבי'ן, מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט די עצות; נאר אזוי קען מען זיך דערהאלטן אין אלע צייטן. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האט איר כח אריבערצוגיין אלע מחלוקות?" זאגט ער: "דער רבי האט מיר געגעבן אזויפיל שיעורים צו לערנען, איך האב נישט קיין צייט צו הערן וואס מען רעדט אויף מיר".


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך צוריק באנייען אין דיינע שיעורים. מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים – וועסטו שפירן טעם גן עדן, וועסט האבן כח אריבערצוגיין אלע דיינע שוועריקייטן.


די וואך האבן מיר א מגבית פאר די ישיבה, איך בעט דיר זייער דו זאלסט אויך נעמען א טייל, זיך אנשליסן צאמצונעמען צדקה פון דיינע באקאנטע; אין דעם זכות וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.