מכתב יומי
יט שבט תשע"ח
February 04 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד... נרו יאיר
איך וויל דיר נאכאמאל מחזק זיין צו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט דיר די תורה אויסרייניגן פון אלע שלעכטס אין וואס דו דערטרינקסט זיך.
וויסן זאלסטו, תורה מיט עבירות גייט נישט צוזאמען; מיר געפונען אין חז"ל (עבודה זרה יז.) אז ווען די רומיים האבן געכאפט רבי אלעזר בן פרטא האבן זיי אים פארגעהאלטן אויף פינף עבירות; די ערשטע צוויי זאכן האט מען אים פארגעהאלטן אז מען האט געהערט אז ער לערנט תורה און אז ער איז א גנב, האט ער געענטפערט: "אִי סַיָּיפָא לָא סָפְרָא, וְאִי סָפְרָא לָא סַיָּיפָא" - אויב בין איך א גנב לערן איך נישט, און אויב איך לערן בין איך נישט קיין גנב; ווייל די צוויי זאכן גייען נישט צוזאמען און איינער וואס לערנט די הייליגע תורה ווערט ארויס געשלעפט פון זיינע נישט גוטע מעשים.
דערפאר שרייב איך דיר נאכאמאל און נאכאמאל וועגן דעם דף גמרא, ווייל איך וויל ביי דיר זאל זיין "אי ספרא לא סעלפאון", דיר זאל מען שטענדיג זען מיט א ספר נישט מיט נארישקייטן וכו' און אפילו דו דארפסט האבן א טעלעפאון פאר דיין ארבעט (אויב דו דארפסט) זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין כשר, מען זאל נישט קענען קוקן דערויף שמוץ וכו'.
איך בעט דיר, קוק נישט קיין מאוויס; דאס רייסט אויס דעם מח פונעם מענטש און מען פארלירט אלע געפילן צו לעבן א נארמאלע לעבן וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "אָמְרוּ עָלָיו עַל מַלְאַך הַמָּוֶת שֶׁכּוּלוֹ מָלֵא עֵינַיִם, בִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל חוֹלֶה עוֹמֵד מֵעַל מְרַאֲשֹׁתָיו וְחַרְבּוֹ שְׁלוּפָה בְּיָדוֹ", דער מלאך המות איז פול מיט אויגן, ער ציט זיך אויס פון דער הימל ביז דער ערד און אזוי באווייזט ער זיך פארן מענטש ווען ער נעמט אים אוועק פון דער וועלט; וואס זענען די טויזנט אויגן וואס ער האט אויף זיך? דאס איז די אלע שלעכטע הסתכלות וואס דער מענטש האט געקוקט אין לעבן, פון יעדן שלעכטן קוק ווערט באשאפן נאך א אויג.
מיר האבן היינט אין די גמרא (עבודה זרה כ.): "לֹא יִסְתַּכֵּל בְּבִגְדֵי צֶבַע שֶׁל אִשָׁה", מען טאר נישט קוקן אפילו אויף קליידער פון א פרוי, זאגט די גמרא "אֲפִילוּ שְׁטוּחִין עַל גַּבֵּי כּוֹתֶל", אפילו עס איז אויסגעשפרייט אויף די וואנט, ווייל דאס ברענגט אז דער מענטש זאל מהרהר זיין שלעכטע מחשבות, ביז מען פאלט אראפ נאכדעם אין עבירות. די גמרא פירט אויס אז דאס איז נאר "בְּמַכִּיר אֶת בַּעֲלֵיהֶן", אבער דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן אז היינטיגע צייטן איז אנדערש און אפילו עס איז אינה מכיר את בעליהן טאר מען אויך נישט קוקן.
עס איז געווען ווען ר' נתן זכרונו לברכה האט געהאלפן דעם רבי'ן פאר פסח מסדר זיין דעם רבינ'ס דירה און מען האט געדארפט איבער דעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג, ווייל מען האט איבער געפארבט דעם רבינ'ס שטוב. אויפן וואנט האט געהאנגען גאר א טייערער זייגער, האט ר' נתן גענומען א פרויען טיכל און איבער געדעקט דערמיט דעם זייגער אז די זייגער זאל נישט שמוציג ווערן, האט אים דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז ס'איז דא אזעלכע שוואכע מוחות, וואס ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך".
זעט מען פון די מעשה ווי שטארק דער רבי האט אכטונג געגעבן אז מען זאל האבן ריינע מחשבות וכו' און מאך א קל וחומר וואס דער רבי וואלט געזאגט וועגן א סמארטפאון; אויב א פרויען טיכל האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל לייגן אויפן זייגער, ווייל מענטשן קענען נכשל ווערן און האבן שלעכטע מחשבות, איז דאך זיכער אז דער רבי וואלט ווען געזאגט מען זאל האבן א כשר'ע טעלעפוין. ווייל אז מען האט א טעלעפאון וואס מען קען קוקן וכו' נעמט עס אוועק די מח, די קאפ, די הארץ און עס גייט אויפן חשבון פון די ווייב און קינדער. ליידער זענען שוין זייער אסאך אידישע שטובער חרוב געווארן צוליב דעם סמארטפאון.
טאנץ פאר שמחה אז דו האסט חתונה געהאט, ווי גליקליך ביסטו אז דו האסט א ווייב, ביסט אן אדם השלם, דער שכינה רוהט ביי דיר. איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף גיין צו די בחורים, ווייל אויף זיי איז טאקע א רחמנות; זיי האבן נישט קיין שמירה קעגן דעם יצר הרע, זיי ווילן זיין גוט און וואויל אבער אן א ווייב קען מען נישט זיין אפגעהיטן וכו', אויף זיי איז א גרויסע רחמנות, איך גיי אריין צו זיי געבן א שיעור.
א גוטן טאג.