מכתב יומי

יח שבט תשע"ט

January 24 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו ביסט זיך מחי' מיט די בריוו.


אז דו ווילסט אינגאנצן ארויס קריכן פון דיינע עבירות זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות. יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג און דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויס קריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור.


א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו מיינסט אז דו מוזט שטענדיג זיין גערעכט? ביסט טאקע זייער קלוג און זייער געלונגען אבער מיט דעם וואס דו טענה'סט זיך אזויפיל מיט דיין ווייב תחי' ווייזט זיך ארויס אז דאס ביסל שכל האסטו אויך נישט; לאז אפ די אלע וויכוחים, ווייל מיט וויכוחים וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען. זוך ווי דו קענסט זיין קלוג נישט ווי דו קענסט אויספירן, זוך ווי דו קענסט העלפן דיין ווייב.


יעצט ווען מיר גייען אריין אין אזא שיינע שבת זאלסטו פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו מוותר זיין אבי עס זאל זיין שלום אין שטוב; דער ס"מ ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, דערפאר מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, ער ברענגט דערצו אז מען זאל זיך טענה'ן אויף שטותים והבלים ביז מען גייט אריין אין שבת קודש צעקריגטערהייט.


אנשטאט זיך אויפעסן פארוואס דאס איז נאך נישט גרייט און פארוואס יענץ איז נאך נישט געמאכט, העלף דו אנגרייטן דעם שבת; אין די גמרא ווערט אראפגעברענגט ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געהאלפן אין שטוב צוגרייטן דעם שבת (שבת קיט.): רב ספרא האט אפגעברענט דעם קאפ פונעם בהמה לכבוד שבת, רבא האט אליינס געזאלצן די פיש, רב הונא האט אנגעגרייט די ליכט, רב פפא האט געמאכט די קנויטן, רב חסדא האט געשניטן די גרינצייג, רבה און רב יוסף האבן געהאקט האלץ, רבי זירא האט אנגעצינדן די פייער מיט קליינע שטיקלעך האלץ, רב נחמן בר יצחק האט אליינס אריין געברענגט אלע קליידער און כלים אזוי ווי מען גרייט זיך אן מקבל צו זיין א חשוב'ע גאסט; זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן אלעס אליינס געטון לכבוד שבת מיט די גרעסטע מאס שמחה. אז עס האט געפאסט פאר אלע צדיקים צו העלפן אנגרייטן דעם שבת מעג דיר אויך פאסטן צו העלפן אין שטוב.


איך בעט דיר זייער, גלייך ווען דו ענדיגסט ליינען דעם בריוו זאלסטו אהיים גיין; לאז שוין אפ דעם ..., ער נעמט דיר אוועק פון דיין ווייב און קינדער און מאכט דיר חרוב דיין לעבן, גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער וואס ווארטן אויף דיר. העלף דיין ווייב אנגרייטן דעם שבת וועסטו זוכה זיין צו האבן דעם גן עדן אויף די וועלט.


א גוטע נאכט.