מכתב יומי

יח שבט תשפ"ו

February 05 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן נאך אפאר טעג פון די ימי השובבי"ם צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן; זיי זיך מקבל צו דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב - אין שול מיט מנין. מוהרא"ש זאגט, אז מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך אויף זיך השגחה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם.


ליבער ברודער, הייב אן דיין טאג מיט שחרית, מנחה, מעריב; מאך נישט קיין שום זאך, גיי נישט אין קיין שום פלאץ - איידער דו דאווענסט שחרית, און אזוי אויך זיי נישט מוותר אויף מנחה מעריב, ווייל דאס האלט דעם איד ביי אידישקייט; אז מען הייבט אן מזלזל זיין אין די דריי תפילות איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. מיר האבן געהערט אזויפיל פון מוהרא"ש די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח) ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", די מחנה ישראל איז דריי פרסה; תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל, מען קען זיין א איד נאר מיט די דריי תפילות.


ליבער ברודער, אז מען וויל תשובה טון דארף מען דאס ערשטע אוועק ווארפן אלע כלים וואו מען קען זען עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", ווען איינער איז טמא און טובל'ט זיך - ווערט ער ריין נאר אויב ער לאזט אפ דעם טויטן שרץ, ווייל ווי לאנג מען האלט אן דעם שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין אלע וואסערן, בלייבט מען טמא.


נעם א משניות און זאג פרקים משניות, נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, וואש זיך אפ פון אלע אלטע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.