מכתב יומי

יח תשרי תשפ"ג

October 13 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' , י"ח תשרי, ב' דחול המועד סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


חול המועד טאר מען נישט שרייבן, אבער מען מעג שרייבן א זאך וואס איז א דבר האבד, און זיכער זאכן צו ראטעווען דעם מענטש פון פארלירן זיין שטוב; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שרייבן וויכטיגע תשובות חול המועד.


איך בעט דיר זייער, שלאג נישט דיינע קינדער. מען טאר נישט שלאגן קינדער; שלאגן איז א פוילע וועג, א שנעלע וועג, עס איז בכלל נישט קיין חינוך.


חינוך איז פון די וויכטיגסטע זאכן; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליינס. רעד שיין, שריי נישט און שעלט נישט. רעד שיין צו יעדן איינעם; דיינע קינדער פאסן אויף יעדע ווארט וואס דו רעדסט, סיי אויפ'ן טעלעפאן, סיי צו דיין ווייב; זיי הערן יעדע אטעם פון דיר. אז דו וועסט רעדן שיין, דו וועסט קיינמאל נישט און קיינעם נישט שעלטן - וועלן זיי אויפוואקסן איידל, זיי וועלן אויך קיינעם נישט שעלטן.


אזוי אויך, גיי נישט ארום אין שטוב אן וועש, אפילו ביינאכט זאלסטו גיין מיט נאכט קליידער. פיר זיך בצניעות - וועלן זיי אויך זיין איידל.


ווען דו עסט און דו טרינקסט - מאך ברכות הויך, דיינע קינדער זאלן הערן און ענטפערן: "אמן"; אזוי וועלן זיי אויך מאכן ברכות.


אין שול זאלסטו נישט רעדן; אין שול רעדט מען נישט, דיינע קינדער זעען דיך רעדן - האבן זיי נישט קיין דרך ארץ אין שול, און אזוי מיט יעדע זאך, ווי אזוי דו וועסט זיך פירן - וועלן זיי זיך פירן, אבער נישט שלאגן; שלאגן העלפט נישט.


לאז נישט ביי דיר אין שטוב קוקן קיין שום זאך, נישט דו און נישט דיינע קינדער; נישט קיין מאוויס, נישט קיין פלעיס, אפילו נישט קיין טיימאו"ט. דיינע קינדער זאלן זיך שפילן מיט טויס, מיט קליקס, מיט לעגאוס און פאזל, אבער נישט מיט קיין סקרינס; פאלג מיך, דו וועסט נישט חרטה האבן.


הויב עס אן יעצט ווען זיי זענען נאך קליין, וועלן זיי דיך פאלגן; אויב מען לאזט קוקן קען מען נישט שפעטער פלוצלונג זאגן די קינדער נישט צו קוקן, דעמאלט דארף מען שוין טרעפן אן עצה ווי אזוי צו מאכן די שטוב צוריק אויף די ריכטיגע וועג.


א גוט יום טוב.