מכתב יומי

יט אדר ב' תשע"ט

March 26 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס איז נישט דא קיין אנדערע רפואה צו לעשן די פייער פון דיין יצר הרע נאר דורך לימוד משניות; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט) אז אפילו א מענטש וואס זינקט נעבעך אין עבירות, אויב וועט ער זיך מאכן א שיעור יעדן טאג צו לערנען משניות וועט ער ארויס קריכן פון זיינע עבירות.


מיר האבן זוכה געווען צו באקומען א 'סדר דרך הלימוד' פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער לערנען און זאגן די ווערטער פון די תורה. די ווערטער פון תורה טוישט דעם גאנצן מענטש לטובה.


טו עס פאר דיין לעבן, פאר דיין עתיד און פאר דיין נצחיות; הייב היינט אן לערנען משניות, זאג די ווערטער פון די הייליגע משניות. קוק נישט אויף קיינעם, קוק נאר צום אייבערשטן.


איך האף צו הערן פון דיר בקרוב אז דו האסט אנגעהויבן זאגן משניות כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן.


שרייב מיר מזמן לזמן וועסטו מיר מחי' זיין.


א גוטן טאג.