מכתב יומי
יט אדר ב' תשפ"ב
March 22 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
הויב צוריק אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, אפילו עס איז גמרות וואס דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער, דאס וועט דיר העלפן קענען בייקומען די שווערע ביטערע נסיונות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; מוהרא"ש זאגט, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון לימוד גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש טון, אבי נישט עפענען א גמרא; גמרא פארברענט אים אינגאנצן.
איך האף צו פארן די וואך קיין ארץ ישראל, איך וועל זיין אין מירון ביי די הקמת המצבה פון מיין זיידע הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה. ער האט זיין גאנץ לעבן נאר געלערנט תורה און געדינט דעם אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אים משמש צו זיין, ער האט מיר גענומען דעם ערשטן מאל צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן. איך געדענק די התעוררות וואס דארט איז געווען, מען האט געזאגט אינאיינעם די תיקון הכללי נאכדעם האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט דברי כבושין, ער האט זייער געוויינט, ער האט יעדן געמאכט וויינען. ער האט געזאגט בתוך הדברים: "דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ), אז דער צדיק רבי נחמן איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געזען ברוח הקודש וואס וועט זיין מיט אונזער דור, ווי מען וועט זיך דארפן דראפען אויף די גראדע ווענט צו בלייבן ביי די אמונה".
איך וועל אויך זיין מיט די בחורים ביי מוהרא"ש אין יבנאל, אויסזאגן תהלים צו פועל'ן שידוכים, איך וועל אויך בעטן פאר דיר און דיין משפחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.