מכתב יומי

יט אייר תשע"ח

May 04 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט געפאלט דער יארצייט פון הרב הקדוש רבי מנחם מענדל מרימנוב זכותו יגן עלינו. עס איז ידוע וואס ער האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט צינדן א ליכט פאר זיין נשמה לזכות ר' מנחם מענדל בן ר' יוסף וועט ער א טובה טון.


דער הייליגער רבי מענדעלע רימנובער זכותו יגן עלינו האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען אנטקעגן די וואס טוען זיך אן ווי די גוים; בפרט ביי פרויען האט ער זייער מזהיר געווען מען זאל אכטונג געבן אויף צניעות, ווייל אז מען גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג טרייבט מען אוועק כביכול דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ, לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך פירן נישט צניעות'דיג וועל איך אוועק גיין פון צווישן אייך; אויב א פרוי געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן, זי גייט נאר אנגעטון צניעות'דיג, זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל רוען ביי אייך אין שטוב', און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב איז דא א ברכה, איז דא פרנסה, איז דא נחת, ס'איז דא אלעס; אבער אויב די פרוי גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג, טרייבט זי ארויס דעם אייבערשטן פון איר שטוב.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל בלייבן אפגעשארן; זי וויל זיין ערליך, זי וויל פאלגן וואס די צדיקים זאגן, פארוואס זאלסטו איר באצוואונגען זי זאל זיך לאזן וואקסן די האר?! פארוואס זאלסטו חוזק מאכן פון איר אז זי פירט זיך ערליך?! זי וויל זיין גוט, זי איז אנגעפילט מיט אמונת חכמים, זי ווייסט נאר וואס צדיקים זאגן, פארוואס זאלסטו איר אראפ רייסן און אויפווייזן אז מען קען יא גיין מיט אייגענע האר?! איך וויל דיר פרעגן: "דו ביסט קלוגער פון אלע צדיקים?! דו פארשטייסט בעסער פון דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי?!"


נעכטן האט זיך די גאנצע וועלט געפריידט מיט דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי; לאמיר זען וואס ער זאגט - צי א פרוי מעג גיין מיט אייגענע האר; דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכ"ה ע"ב): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה" און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי.


קודם זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך, אז דער זוהר רעדט נישט צום פרוי, ער רעדט צום מאן: 'תּוּנְבָא לֵיתֵי עַל הַהוּא "בַּר נָשׁ"', א קללה זאל קומען אויף 'דעם מענטש', 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', גיין מיט די האר אויפגעדעקט, זעט מען אז עס איז תלוי אינעם מאן; דער מאן דארף מחזק זיין די ווייב אז זי זאל נישט לאזן איר האר זיך ארויסזען, ווייל אלע צרות קומען פון דעם וואס מען לאזט די האר זיך ארויס זען.


זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן אן ארימקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז דער ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: "מַאן גָּרִים דָּא?" ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר" די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים ווען נישט דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן אלע צרות ויסורים אבי צו בלייבן מיט די האר און זיך נישט אפשערן".


דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "די גאנצע גאולה הענגט אויף א האר", און ער האט מסביר געווען אז עס הענגט אויף די 'האר' פון די פרויען וואס ווילן זיך נישט אפשערן; זעט מען אז דער גאנצע גלות וואלט מען געקענט אויסמיידן ווען מען וואלט אכטונג געגעבן אויף צניעות.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "עס קומען אריין צו מיר יעדן טאג מענטשן מיט שווערע צרות און ווען זיי שערן זיך ווען אפ די האר וואלטן זיי געקענט אלעס אוועקנעמען, אבער זיי עקשנ'ען זיך וועגן דאס ביסל האר".


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; מען געבט זיך איין דריי און מען האט שוין גרויסע קינדער, ווער וויל נישט נחת? ווער וויל זיך מוטשען? וואס וועסטו דעמאלט קענען טון? וואס וועסטו האבן פון דאס ביסל ווייסע האר וואס דיין ווייב וועט האבן? גארנישט! נאר צרות און יסורים.


איך בעט דיר זייער זאלסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין ווייב; זיי איר מחזק, זאג איר: "איך בעט דיר איבער, איך גיי דיר מער נישט אונטער רייסן; איך וויל דו זאלסט זיך ווייטער פירן בצניעות".


טייערער ברודער דו האסט א פראבלעם; דו מיינסט אז צניעות איז א אלט מאדישע זאך, דו מיינסט אז אויב דו וועסט אנטון דיין שטוב מער פראסט וועט דיר דאס מער פרייליך מאכן, אבער עס איז פונקט פארקערט; ווי מער דו וועסט פארלאנגען פון דיין ווייב זי זאל אוועק גיין פון צניעות וועט דיר דאס קאסטן שפעטער א טייערע פרייז, סיי מיט איר אליינס און סיי מיט די קינדער.


איך האף אז דו האסט געהערט וואס מיר האבן גערעדט ל"ג בעומר; וויפיל מיר האבן גערעדט איז נאך גארנישט וויפיל מען דארף רעדן פון דעם חורבן. ווייל וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דעם חומר הענין פון האבן אין שטוב א קאמפיוטער, סמארט-פאון וכו' איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות, א מענטש כאפט נישט אז ער מאכט זיך חרוב זיין שטוב מיט זיינע אייגענע הענט מיט דעם וואס ער ברענגט אריין אין שטוב א כלי וואס מען קען קוקן דערויף מאוויס וכדומה לזה.


קודם כל, ווי מעג מען בכלל האבן אן אפענע כלי וואו מען קען זען ניאוף און גילוי עריות רחמנא לצלן?! ווען מען האט אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער אן אייפאד, סמארט-פאון וכו', קען מען דאך זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות, און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם, ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדן (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער א אייפאד, סמארט-פאון וכו' און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', דער ווערט אזוי צוגעקלעבט דערצו, ביז עס איז אים שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם. דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקעלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, און נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן. דערפאר טאר מען נישט האבן אין שטוב אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער א סמארט-פאון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵּצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", ווען מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, מען קוקט אויף שמוציגע מאוויס, פאלט מען אראפ אין עבירות; וואויל איז דעם וואס האט שכל און פאלגט וואס אלע ערליכע אידן זאגן, ער האלט זיין שטוב ערליך און ריין, דער וועט זוכה זיין צו זען נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.


וויפיל בריוו האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געשריבן צו תלמידי היכל הקודש, ווי ער בעט זיך מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער, אויף אונזערע דורות און מיר זאלן נישט האבן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארט-פאון, אייפאד; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט ביי די שיעורים מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט סאשעל מידיע, פארוואס דארפסטו זיין קלוגער פון אלע ערליכע אידן? מילא דארפסט דאס פאר די ארבעט איז איין זאך, אבער פארוואס זאלסטו דאס האבן אין שטוב?!


איך בעט דיר זייער, אז דו קומסט צו מיר און דו פאררופסט זיך אלץ א תלמיד פון ישיבה, זאלסטו אנעמען מיינע ווערטער וואס איך בעט דיר: "פאר דיין טובה וועגן ברענג נישט אהיים דיין סמארט-פאון; פאר דיין טובה וועגן ברענג נישט אהיים דיין ארבעטס טעבלעט. אין שטוב זאלסטו שמועסן מיט דיין ווייב און קינדער, אין שטוב זאלסטו האבן דיין קאפ מיט דיר".


איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע ווערטער זאלן אריין גיין אין דיין הארץ.


א פרייליכן שבת.