מכתב יומי
יט אייר תשפ
May 13 2020
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחקותי, י"ט אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
נעכטן ביים ברית האבן מיר זיך מחזק געווען מיט דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו ברענגט אין נועם אלימלך די וואך בשם זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא, פארוואס דארף די תורה אזויפיל מאריך זיין ביי די פרשה פון שמיטה (ויקרא כה, כ-כא): "וְכִי תֹאמְרוּ מַה נֹּאכַל בַּשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת", אויב וועט איר פרעגן 'וואס וועלן מיר עסן די זיבעטע יאר?' "הֵן לֹא נִזְרָע וְלֹא נֶאֱסֹף אֶת תְּבוּאָתֵנוּ", 'מיר האבן דאך נישט געאקערט און געזייט?!' "וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים", זאגט דער אייבערשטער, איך וועל באפעלן די ברכה איר זאלט האבן עסן נאך מער ווי אלע יארן; לכאורה, וואס פעלט אויס עס זאל שטיין די גאנצע קשיא, די תורה וואלט געדארפט זאגן גלייך: "מען טאר נישט ארבעטן שמיטה און עס וועט זיין גרויס שפע"; זאגט דער הייליגער רבי ר' זושא, אז מיט דעם וואס מען פרעגט: 'וואס וועט זיין?' שטעלט זיך אפ די גאנצע שפע. די קשיות, ספיקות און פחדים וואס דער מענטש טראכט און פרעגט: 'וואס וועט זיין? פון וואו וועל איך האבן עסן? פון וואו וועט זיין געלט', דאס מאכט עס זאל זיך אפשטעלן די שפע וואס דער אייבערשטער ברענגט פאר אלעמען, דעמאלט פעלט אויס "וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי", דער אייבערשטער דארף פריש באשאפן פרנסה פאר'ן מענטש.
מיר האבן זיך מחזק געווען אז יעצט אין די טעג וואס זייער אסאך אינגעלייט האבן נישט קיין פרנסה, זאל מען נישט דאגה'נען און פרעגן: 'וואס וועט זיין? פון וואו וועט זיין פרנסה?' ווייל די קשיא דאס נעמט אוועק די שפע, דאס נעמט אוועק די פרנסה; אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען פארלאזט זיך אויף אים, דעמאלט האט מען שפע, מען האט פרנסה.
טייערער ... שטארק זיך און זיי נישט דערשראקן, דער אייבערשטער געבט פרנסה אן קאראנע און דער אייבערשטער געבט פרנסה מיט קאראנע; נישט דער גאווערנאר, נישט דער פרעזידענט און נישט קיינער אנדערש געבט פרנסה, נאר דער אייבערשטער. דאס דארפסטו חזר'ן טאג און נאכט, נאכט און טאג; דער אייבערשטער מאכט אלעס, געבט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס. דער וואס געבט אטעמען פאר'ן מענטש דער געבט פרנסה, דער געבט אלעס.
אין די יעצטיגע צייט ווען מענטשן זענען נישט מסודר, מען איז פארשפארט וכו', וכו'; דאנק איך נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר געגעבן די זכיה צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן וואס פילעוועט אמונה אין אונז, ער ברענגט אריין א לויטערע אמונה; מען זאל זיך נישט פארלירן און נישט ווערן דערשראקן, מען זאל ווייטער לערנען, דאווענען און טון גוטע זאכן.
איך האף אז דו שפירסט אויך דעם זיסן טעם אין לעבן וואס איך שפיר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זיי זיך מחזק מיט אלע דיינע כוחות; אמת, עס איז דיר זייער שווער, דו שפירסט ווי דו פאלסט פון דיינע כוחות, דו קענסט נישט מער וכו'; דאך בעט איך דיר, שטארק זיך און קוק אויף די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".
ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן באקומט מען א ברייטער מח, מען קען אסאך פארנעמען; פרוביר אויס די עצה וועט דיר גרינגער ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.