מכתב יומי

יט אלול תשע"ט

September 19 2019

[אינעם היינטיגן טאג איז דא צוויי בריוון]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיין טייערער הארציגער ברודער, אז דו ווילסט בלייבן צוגעבינדן אין היכל הקודש און נישט אוועק גיין פון רבינ'ס היכל וואו מען לערנט די ריינע אמונה, גלייבן און לעבן מיט'ן אייבערשטן, זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זיין גוט צו יעדן איינעם, אנגעהויבן אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער און אינדרויסן מיט אנדערע; און מיט זיך אליינס זאלסטו אויך זיין גוט, זוך אויף ביי דיר גוטע זאכן און אויך אין אנדערע זאלסטו זוכן גוטס.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב) אז מען דארף זוכן ביי זיך און ביי אנדערע צו טרעפן נקודות טובות; ווען מען געוואוינט זיך צו צו זיין גוט צו אלעמען, סיי צו זיך אליינס - מען קוקט אויף זיך גוט, און סיי אויף אנדערע דעמאלט ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן, וואס איז (תהלים קמה, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", גוט צו יעדן איינעם און האט רחמנות אויף אלעמען.


פארשטייט זיך אז צוצוקומען צו דעם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גוטע אויגן און מען זאל קוקן גוט אויף אלעמען, מען דארף בעטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זען נאר גוטס אויף יעדן איינעם, איך זאל זיך אליינס דן זיין לכף זכות, איך זאל טרעפן גוטס אין מיר אליינס און אויך אין אנדערע; רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין א פארגינער און א וואוילער מענטש, איך זאל זיך קענען סובל זיין און קענען ליידן אלעמען".


מוהרא"ש פלעגט נאכזאגן בשם דעם הייליגן אריז"ל אויפן פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", אז דאס איז ראשי תיבות שופ"ר; לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? זאגט מוהרא"ש, אז רש"י זאגט, וואס איז דאס שורש פורה ראש ולענה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט אז ווען מען הערט דעם שופר דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויס נעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען צו קוקן גוט אויף יעדן איינעם וועסטו בלייבן מקושר אין דעם הייליגן פלאץ, דו וועסט קיינמאל נישט אוועקגיין פון היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו וועסט קומען היינט צום שיעור זיך אויפפרישן און זיך אנגרייטן מיט די ריכטיגע הכנה צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. "אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט - עס איז נישט גוט צו זיין אן אלטער חסיד, אן אלטער צדיק, אלט איז נישט גוט" (שיחות הר"ן, סימן נא); מיר פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה מיט א פרישקייט אזוי ווי דעם ערשטן מאל.


וואס א טאג נענטער עס ווערט צו ראש השנה ווער איך מער פרייליך אז מיר פארן שוין צום רבי'ן. דער רבי איז מתקן יעדן איינעם, זאל זיין דער גרעסטער בעל עבירה, אויב קומט ער צום ציון הייבט זיך אן מיט אים א נייע געשיכטע; דער רבי פארעט זיך מיט אים ביז ער איז אים מתקן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו מיטן נאמען משה וועלוול, עס איז ארויס אויף אים א שם רע - א שלעכטע נאמען אז ער טוט שמוץ, און ווען ער איז געקומען צום ציון אויף ראש השנה האט דער טשערינער רב געשריגן אויף אים: "משה וועלוול דו ביסט אונז א בזיון, ווער בעט דיר דו זאלסט קומען דא?" אלע אנשי שלומינו האבן אבער געהאט טענות אויפ'ן טשערינער רב:"'וואס הייסט דו שרייסט אויף אים 'ווער בעט דיר צו קומען דא?' ער איז נישט געקומען צו דיר, ער איז געקומען צום רבי'ן". שפעטער האט איינער דערציילט אז ער איז איינגעשטאנען איינמאל ביי דעם איד משה וועלוול אינמיטן ווינטער, ער האט געזען ווי ער דאוונט א פשוט'ע מנחה מיט בכיות עצימות, האט מען געזען ווי דער רבי טוישט א מענטש ער זאל ווערן א בעל תשובה.


מוצאי שבת וועלן מיר זאגן סליחות אין ישיבה איינס אזייגער, נאכדעם וועט מען אויסטיילן די פעקלעך ספרים צו ברענגען קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.