מכתב יומי

יט אלול תשפ"ב

September 15 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מאך זיך גרייט, מען פארט שוין קומענדיגע וואך צום הייליגן רבי'ן.


יעדער איינער האט א פעקל צרות; יעדער איינער מיינט אז זיינע צרות זענען די ערגסטע, אבער די וועלט זאגט: "ווען מען זאל געבן פאר א מענטש די אויסוואל אראפצולייגן זיין פעקל צרות און נעמען א צווייטנ'ס - וואלט מען צוריק גענומען די אייגענע פעקל צרות"; מוהרא"ש זאגט אנדערש פון די וועלט: "ווען מען זאל מיר געבן די אויסוואל אראפצולייגן מיין פעקל און נעמען א צווייטנ'ס, וואלט איך אראפגעלייגט מיין פעקל און אנטלאפן פון דארט אן נעמען יענעמ'ס, און אן צוריק נעמען די אייגענע"; און מוהרא"ש זאגט: "דאס איז אומאן; מיר פארן קיין אומאן אראפצולייגן די פעקל צרות ביים צדיק און אנהויבן א נייעם בלעטל אין לעבן".


מיר זענען אזוי גליקליך, מיר דארפן טאנצן און שפרינגען: "בך רבינו נגילה!" אז מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז און פארעט זיך מיט אונזערע תיקונים; מיר וואלטן ווען געדארפט פאסטן אונזער גאנצע לעבן צו קענען מתקן זיין א טייל פון וואס מיר דארפן מתקן זיין, מיר וואלטן געדארפט טון שווערע עבודות; דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז, און געשיקט דעם רבי'ן וואס איז עוסק אין אונזער תיקון.


זארג פאר דיין ווייב, לאז איר נישט אויף הפקר; זארג זי זאל האבן וואו צו זיין יום טוב. אויב אירע עלטערן וועלן איר א גאנץ יום טוב שינדן די הויט - זאלסטו זארגן פאר איר א צווייטע פלאץ; זע זי זאל זיין גוט באקוועם.


טו א טובה פאר דיין נשמה, האב רחמנות אויף דיין עתיד, לייג דיר אוועק עפעס פאר דיר; נעם א בלאט גמרא, לערן אביסל גמרא, זאג אביסל גמרא - דאס וועט בלייבן; נאר דאס.


עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט אלעס פון אונז אוועק נעמען, מען וועט בלייבן איין גרויסער חוזק. מען וועט ליגן אויף דער ערד אן קליידער, מען וועט אונז צודעקן מיט א ליילעך, און נאר די בלעטער גמרא, פרקים משניות, בלעטער תיקונים - דאס וועט בלייבן מיט אונז.


וואו גייסטו? וואו לויפסטו? גיי אין שול דאווען א תפילה, לערן א פרק משניות, א דף גמרא.


היינט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס לוינט זיך צו קומען צו די שיעורים. מען קען מיטהאלטן די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין מאנרא, מאנסי, ליבערטי, לעיקוואד; בינד זיך צו מיט א שטארקע קניפ צום רבי'ן.


נעכטן בין איך געזיצן מיט די חברי הנהלה ביי מיר אין שטוב פאר כמעט צען שעה אין איין צי, פון פיר נאכמיטאג ביז נאך חצות הלילה. מיר האבן אסאך שיינע זאכן וואס מיר רוקן זיך פאראויס מיט די קהילה, מיט די מוסדות. מיר וואלטן ווען געקענט נוצן נאך הילף, מען מאכט שיינע פארשריט אין די קהילה.


איך דארף מקצר זיין; איך וועל דיר נאך שרייבן, איך דארף אריינגיין צו די בחורים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.