מכתב יומי

יט חשון תשע"ח

November 08 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט יעדן טאג לערנען אפאר פרקים משניות; דער חיד"א זכר צדיק לברכה ברענגט בשם מדרש תלפיות: "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם"; ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל, קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהינום, הייבט דער מענטש אן שרייען צו אלע צדיקים, ער שרייט: "אברהם אבינו ראטעווע מיר", "יצחק אבינו ראטעווע מיר", "יעקב אבינו ראטעוווע מיר", קיינער עטנפערט אים נישט, נאכדעם שרייט ער: "ראובן", "שמעון", "לוי", ביז ער קומט אן צו אשר בן יעקב. אשר פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב ענטפערט ער 'יא', נעמט ער אים אריין אין גן עדן. דער חיד"א טייטש מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אז אשר בן יעקב זעט אז א מענטש האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער אים געבן גן עדן; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון משניות.


מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארומען, אז ווען מען זעט א אינגערמאן אדער א בחור מיט א משניות, זאגט מען גלייך אויף אים: "דו ביסט א תלמיד היכל הקודש"; דורך לערנען משניות וועלן מיר ארויס גיין פון גלות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצֵא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה". מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט, און וואס עס טוט פארן מענטש, מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", וואס דאס איז ראשי תיבות מִשְׁנָה, אז א מענטש זאגט משניות נעמט דאס אים ארויס פון שאול תחתית.


קוק אריין אין שלחן ערוך, אינעם ערשטן סימן הלכות השכמת הבוקר, ברענגט דער באר היטב, וזה לשונו: וְכָּתַב הָאֲרִ"י זַ"ל: וְשִׁיעוּר מִשְׁנַיוֹת קוֹדֶם לְכָל דָבָר וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, כִּי "מִשְׁנָה" אוֹתִיּוֹת "נְשָׁמָה", גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען לערנען דער ערשטער שיעור אין משניות, ווייל דורך משניות איז מען זוכה צו א ריינע נשמה.


זיי נישט פאר'דאגה'ט, גיי נישט ארום מיט קשיות אויפן אייבערשטן; מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, איין זאך דארפן מיר וויסן, אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און וואס ער טוט איז נאר גוט; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּך רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך וְכָך נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַך". אזוי דארף זיין און אזוי קומט און עס איז שיין עס זאל זיין קשיות אויפן אייבישטער, דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ". ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבישטער טוט, וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד. אבער – האט דער רבי אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.